top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויכוננו עיר מושב: חסידי סקווירא אין התרגשות צו היסטארישע מעמדי "אבן הפנה" פאר'ן נייעם סקווערער שטעטל אן בעטאל‎

מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה


חסידי סקווירא זענען איינגעהילט אין עקסטאז און התרגשות לקראת די פייערליכע ימי הוד ואורה, די היסטארישע "מעמד התייסדות קרית סקווירא" אין בעטאל ניו יארק, וואס וועט געפייערט ווערן אין א מזל'דיגע שעה דעם קומענדיגן זונטאג און מאנטאג שמיני, במקהלות אלפי חסידי סקווירא, ומלכם בראשם מייסד הקרי' כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


די זעלטענע געשעעניש אין די גאלדענע היסטאריע פון מלכות סקווירא וועט זיך אנהייבן מיט א מעמד מיוחד זונטאג שמיני, ספעציעל געאייגנט פאר די נגידים בעם וואס האבן בייגעשטייערט פאר'ן נייעם שטעטל פון 12 טויזנט דאלאר און ארויף, און וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן די מאורע נשגבה על אדמת הקודש אינעם נייעם שטעטל.


די חגיגת אבן הפנה וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם גיגאנטישן שטח אינעם חצר פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש אינעם שטעטל, וואו מ'וועט אינעם הויכפונקט זוכה זיין צו הערן די דברות ושיחות קודש פונעם רבי'ן לרגל המאורע. אלס נואם הכבוד וועט אויפטרעטן דער זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל.


דערנאך וועט מען אריינגיין אינעם ביהמ"ד החדש, וואס ווערט געבויט מיט שנעלע פראגרעס, און עס שטייט שוין מיט פראכט די דרויסנדיגע סטרוקטור, וואו מ'וועט מיט א שמחה ודביקות עילאה אפרעכטן ברוב עם דאווענען מנחה, די "ערשטע תפלה" אינעם נייעם בית מקדש מעט, ווען דער רבי וועט דינען אלס שליח ציבור און פארזאגן די פרקי תהילים כנהוג ביי אן אבן הפנה. באזונדער וועט אפגעראכטן ווערן דער מעמד אבן הפנה פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט אויפגעבויט אינעם קרי' החדשה.


משמחה לשמחה, וועט צומארגנס, מאנטאג שמיני, געפייערט ווערן די חגיגת התייסדות הקרי', אינעם שאטער הגדול אין שיכון סקווירא, פאר כל הקהל הקודש, זקנים עם נערים, אלפי חסידי סקווירא. אויך ביי דעם מעמד וועט מען זוכה זיין צו הערן די שיחות קודש פונעם רבי'ן לרגל המאורע. אלס נואם הכבוד וועט אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א.


אין די זעלבע צייט גייען אן די פיבערהאפטיגע פעולות דורך די עסקנים ונדבנים וועם דער סקווערער רבי האט ממנה געווען סיי אין שיכון סקווירא, און סיי אין אלע שטעט אין ניו יארק און ניו דזשורזי, אויפצוארבעטן דעם ציבור צו נעמען א חלק אין די הייליגע אונטערנעמונג צו העלפן בויען דעם שטעטל וואס דער רבי האט אונטערגענומען ממשיך צו זיין ירושת אבותיו הק'.


אין די פארבליבענע פאר טעג גייען אן די פיבערהאפטיגע הכנות אויף אלע פראנטן אנצוגרייטן די מעמדי הוד בכל פרטי' ודקדוקי'.

Comments


bottom of page