דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געפילן פון שמחה דקדושה גרייטן זיך ספינקא חסידים צום דערהויבענעם שמחת החתונה בחצר הקודש ווען עס גייט אונטער די חופה הכלה תחי' אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, א טאכטער ביים רבינס זון הגה"צ רבי יחזקאל שרגא הורוויץ דומ"ץ ספינקא איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א מיט די חתן אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א.
די שמחה רופט ארויס געפילן פון שמחה ביי די חסידים שטייענדיג נאך א צייט-אפשניט פון איבער דריי יאהר וואס עס איז נישט געפראוועט געווארן א שמחה אינעם רבינס הויף אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, ווי די חסידים וועלן זיך קענען מיטפרייען ביי די שמח הרוממה מקירוב מקום.
די שמחה הגדולה, דער שמחת החתונה וועט בעז"ה פארקומען מארגן מיטוואך אין די זאל פון פרדס צבי אין וויליאמסבורג, וואס וועט אויסגעשטעלט ווערן אויף די שענסטע און בעסטע פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצער ציבור החשוב, יעדער זאל קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה כראוי וכיאות, אנגעהויבן פון דער הייליגער מעמד קבלת פנים און חופה, נאכגעפאלגט מיט דער סעודה און צום הויכפונקט די ריקודין קדישין פונעם רבי'ן שליט"א לפני הכלה בלהבות אש, ווען חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך הייבן אינאיינעם כאיש אחד ולב אחד ביים מיטלעבן די הייליגע מאמענטן.
צווישן די חופה און די סעודת החתונה וועט די רבי שליט"א אפרעכטן די סעודה של מצווה אין ספינקא בית מדרש אין וויליאמסבורג כשהמלך במסיבו אינאיינעם מיט די בחורי חמד, חברי חבורת הבחורים פון בארא פארק און וויליאמסבורג. אזוי אויך גרייטן זיך די חסידים מיטצולעבן דעם לעכטיגן שבת קודש של שמחה שבת שבע ברכות במחיצת הקודש וואס וועט זיין א ריכטיגער יום שבתון אין לשכוח בשמחה עצומה. די צענטראלע שמחת השבע ברכות דורך די ספינקא קהילה אין וויליאמסבורג וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר קומענדיגן דינסטיג שלח לעת ערב אין בית מדרש הגדול תולדות צבי דספינקא אין וויליאמסבורג.
Comments