דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט געהויבענע הרגשים פון שמחת התורה איז דעם פארלאפענעם זונטאג געפייערט געווארן די חגיגה נהדרה "הכנסת ספר תורה" בחצר הקודש "ביאלא ישרי לב", צו די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעפירט געווארן להיכל ה' דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א.
די ס"ת איז נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' אביגדור כהן, לזכר נשמתו פונעם רבי'נס פאטער כ"ק אדמו"ר בעל הברכת צבי מביאלא פשיסחא זצ"ל, און איז פארגעקומען אין טאג פון זיין יארצייט, ליל ו' טבת.
די סיום כתיבת האותיות איז פארגעקומען אין שטוב פונעם רבי'ן שליט"א, בהשתתפות פון כ"ק האדמורי"ם לבית ביאלא פשיסחא, אלכסנדר, מודזיץ, ביאלא ב"ב, ביאלא רמת אהרן, נדבורנא אראד, זידיטשוב, קארלין לעלוב, ספינקא גני גד, הרה"צ רבי ישראל רוזנבוים מנדבורנא, הרה"צ רבי יחיאל דאנציגער, און נאך.
די תהלוכה איז ארויס לרחובה של עיר בני ברק ווען די ס"ת ווערט באגלייט מיט פרייליכע געזאנג און טענץ דורך הונדערטער חסידים ואנשי מעשה. א מחזה הוד איז געווען די ברידערליכע טאנץ דורך כ"ק האחים האדמורי"ם לבית ביאלא פשיסחא וועלכע האבן אנגעכאפט האנט-ביי-האנט באגלייט די תהלוכה מיט ריקודין עילאין. די שמחה האט דערגרייכט א קלימאקס ווען דער גרויסער בעל שמחה, דער רבי שליט"א, לאזט זיך ארויס אין א פלאם פייערדיגע ריקוד נלהב מיט צוויי לפידי אש, זייענדיג מפזז ומכרכר בכל עוז.
די ריקודין האט נאכגעפאלגט אינעם היכל ביהמ"ד וואס איז געווען מקצה אל הקצה, מיט'ן השתתפות פון כ"ק האדמורי"ם מבוהוש און זוטשקא אמסנא.
דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא אשדוד פארצוזאגן "מזמור לדוד", און דאן האט מען געזינגען די באקאנטע ביאלא 'הקפות ניגון', בעת דער רבי מאכט די ז' הקפות ארום די בימה, ווען ביים זינגען 'שאו שערים' פירט ער אריין די ס"ת אינעם ארון הקודש.
די סעודה לגומרה של תורה איז פארגעקומען קאמבינירט מיט די סעודת הילולא פונעם רבי'ן הברכת צבי מביאלא פשיסחא, בראשות בניו האדמורי"ם, באולמי וואגשאהל. אין לויף פון די סעודה האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מסאדיגורא, ביאלא-ב"ב, ביאלא ב"ש, ביאלא רמת אהרן, שידלובצא, טאלנא אשדוד, גארליץ, אלעסק, הגה"צ אב"ד סערט ויזניץ ירושלים, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים, הגה"צ ראש ישיבת ויזניץ ר' מנחם ארנסטר, הגה"צ ר' יצחק דוד אלטר, הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי, הגה"צ ארהם משה רבינוביץ אב"ד ביאלא מעלה עמוס, און רבנים ואישי ציבור.
דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט'ן משא המעמד זייענדיג מעלה זכרונו הבהיר פונעם פאטער ז"ל און די גרויסקייט פון מכניס זיין א נייע ס"ת להיכל ה'. דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורכ'ן אורח הכבוד הגה"צ רבי יצחק דוד אלטר, און צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה.
Comments