top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הדלקת נרות חנוכה און שריפת הפתילות בחצה"ק תולדות אברהם יצחק אפגערופן צוליב חולשה ביים רבי'ן שליט"א

מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי וועט היינט נישט ערשיינען צום הדלקת נר חנוכה ברבים צוליב א לאנג פארצויגענע חולשה, וואס האט באטראפן דעם רבי'ן שליט"א מיט עטליכע וואכן צוריק נאכן אומפאלן בביתו נאווה קודש וואס טו גורם זיין שטארקע יסורים ל"ע.


נאכן אונטערזוכן דעם רבי'ן שליט"א האבן די דאקטורים היינט פעסטגעשטעלט אז דער אורזאך פון דעם רבינס שוואכקייט איז א לונגען אנטצינדונג, און דער רבי וועט בסייעתא דשמיא באהאנדלט ווערן באצייטנס דורך די דאקטורים בביתו נאווה קודש ביז דער רבי וועט צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון.


צום ערשטן מאל אין די היסטאריע וועט דער רבי היינט נישט אריינקומען צום הדלקת הנרות ליל זאת חנוכה און דער מעמד שריפת הפתילות, מיטן האפענונג אויף א שינוי לטובה אין די נעקסטע 24 שעה אזש דער רבי זאל קענען מארגן אריינקומען צום טיש לכבוד היום אינאיינעם מיטן מעמד שריפת הפתילות ברוב עם הדרת מלך.


מארגן בעיצומו של יום המסוגל זאת חנוכה וועלן פארקומען מניני תפילה אין אלע בתי מדרשים דחסידי תולדות אברהם יצחק די בכל אתר ואתר מעורר צו זיין רחמי שמים מרובים פארן רבינס געזונט און חיזוק הכוחות, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה.

Comentarios


bottom of page