מוצאי שבת וירא • ט"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי לוי, JDN
ברינה ובצהלה איז די וואך געפראוועט געווארן אין עיר התורה והחסידות בני ברק די שיינע שמחה בבית צדיקים ווען כ''ק האדמו''ר משומרי אמונים שליט"א פון אשדוד האט אונטערגעפירט בתו הכלה תחי' - די יונגסטער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת מיט די חתן בנן של קדושים א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א, א זון ביי זיין זון הרה"צ רבי אהרן טווערסקי שליט"א איידעם ביי הרה"ח ר' שמואל לוריא שליט"א.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די אבי הכלה כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, קריאת הכתובה די זיידע הרה"ח ר' שמואל לוריא שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א, די פעטער'ס האדמורי"ם משומרי אמונים ירושלים און ראחוב, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.
בראש המסובים ביי די חתונה האט זיך אנגעזעהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל וואס האט באשיינט ביים קבלת פנים און חופה, און דערנאך זיך צוריק געקערט צום סעודת החתונה ווי די רבי האט מיטגעהאלטן א משך זמן און מעודד געווען די ריקודין, נאכן בענטשן האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה.
צווישן די פילע אדמורי"ם וועלכע האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האדמורי"ם מטשארנאביל - דעעש, שומרי אמונים פון ירושלים און קרית גת, ראחוב, לינסק, ספינקא ירושלים און אב"ד טשערנאביל אלעד. אזוי אויך האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, סטריקוב, פיטסבורג, שומרי אמונים, זוטשקא, טאלנא אשדוד, זוועהיל ירושלים, טרעבישאן, מיאלען, אנטניא, בית שמואל צבי דספינקא, מבקשי אמונה, ספינקא סוליצא, זידיטשוב ווערצקי, ספינקא רמת אהרן, קארלין לעלוב, לעלוב הר יונה, ברעזאן, אלעסק ארה"ק, קאסאן בית שמש, שאץ בית שמש, טעמשוואר ירושלים, בערגסאז, זאבלטוב, ר"י וויזניץ, אב"ד זוועהיל מאנסי, אב"ד ראחמיסטריווקא, אב"ד תוצאות חיים בראכפעלד, און נאך.
ביים מצווה טאנץ איז צום ערשט געטאנצן די זיידע האורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א לפני הכלה, און דאן האט מען צוגעטראטן מיט רגשי קודש צו די ריקודין עילאין פונעם רבי'ן שליט"א לפני בתו הכלה ווען די ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע.