top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי השמחה בחצר הקודש ביאלא בני ברק געשלאסן מיט הערליכע שבע ברכות אין ירושלים עיה"ק

מוצאי שבת פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די חתונה הגדולה בחצר הקודש ביאלא בני ברק האט נאכגעפאלגט מיט א פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה, אנגעהויבן מיט'ן שבת שבע ברכות במעונו פונעם אבי הכלה אין אלעד, ווען מ'האט געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן מחותן אבי החתן, דער ביאלער רבי שליט"א, וואס האט באשיינט די שמחה אינאיינעם מיט א קבוצה פון חסידים.


די צענטראלע שבע ברכות פאר כלל חסידי ביאלא איז פארגעקומען מיט א היסטארישע פריידיגע חגיגה "סיום כל התורה כולו", דאס רעכנט אריין ש"ס בבלי ירושלמי און רמב"ם, וואס איז געלערנט געווארן בכח הרבים פון כל קהלה קדישא חסידי ביאלא, אלס הכנה צו די חתונה. די חגיגה מפוארה איז פארגעקומען אינעם ביאלא ביהמ"ד אויף רחוב אבינדב אין ירושלים עיה"ק, מיט די השתתפות פון פילע אדמור"ים ורבנים חשובים פון ירושלים וועלכע האבן באשיינט די שמחה.

























































Comments


bottom of page