top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי תולדות אהרן באוויינען פטירה פון הר"ר שמואל שישא ז"ל מגדולי עסקני המוסדות ונאמן בית האד' מתולדות אהרן

מיטוואך חיי שרה • י"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אבד חסיד מן הארץ: מיט פארקלעמטער הערצער אין שווערע געמיטער האבן חסידי תולדות אהרן היינט אויפגענימען די פארווייטאגטער בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון האי גברא רבה ויקירא הרה''ח ר' אברהם שמואל בנימין שישא ז''ל מנאמני בית כ''ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ומראשי הנהלת המוסדות וואס איז היינט פארטאגס נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 64 יאהר.


דער נפטר ר' שמואל ז"ל איז געווען אן ענערגישער עסקן נמרץ, מסור בלב ונפש און רוח החיים פון עסקנות פאר די מוסדות הקדושים תולדות אהרן, און ווי א געטרייער זעלנער געשטאנען אלעמאל גרייט מיט מסירת נפש לעשות רצון קדשו פון מורו ורבו מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


באזונדער איז ר' שמואל געוועהן פון די נאנטע בני בית ביים רבי'ן שליט''א בפרט בעת די נסיעות פונעם רבי'ן שליט"א אין די פרעמד מעבר לים, נאך אלס אינגערמאן איז ער אויפגענימען געווארן דורך הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זצ"ל אלס חבר הנהלת המוסדות, שטייענדיג קרוב צו פערציג בראש פון אלע פראיעקטן אין די מוסדות הקדושים, מיטן אויפטרייבן ריזיגע געלטער אלס נושא בעול און שליח הנאמן פונעם רבי'ן שליט"א מיטן מזכה זיין אחינו בני ישראל ארויסצוהעלפן די מוסדות הקדושים דחסידי תולדות אהרן המתנוססים לתפארה.


די חשובע נפטר איז געווען אויסגעצייכנט מיט זיין מעשי צדקה וחסד, ארויסהעלפנדיג מיט זיין גאלדן הארץ הונדערטער אינגעלייט און נצרכים, ער איז געווען שטארק נערץ און באליבט ביי יעדן. פילע נגידים תומכי ומחזיקי תורה האבן זיך פארלאזט אויף ר' שמואל אלס א איש נאמן, און איהם געשטעלט אלס זייער פערזענדליכע גבאי צדקה פאר צדקות און חסד צוועקן אין ארץ ישראל, דאס אלעס האט ער געטון שלא על מנת לקבל פרס, א ספעציעלן קשר האט ער פארמאגט מיטן שר הצדקות כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א זייענדיג זיין גבאי צדקה און רעכטע האנט ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל מיט א הצנע לכת און באשיידנקייט.


פארלאפענעם יו''ט סוכות האט הרה''ח ר' שמואל ז''ל געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע פון וואס ער האט זיך שפעטער ערהוילט, עס האט אויסגעזעהן אז די מצב גייט צום בעסערענג, אבער מן השמים איז אנדערש געוועהן באשערט, און היינט פארטאגס האט ער פלומצלינג אויסגעהאכט זיין נשמה זייענדיג אלט 64 יאר לדאבון לב חסידי תולדות אהרן, מכיריו וכל בית ישראל. ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, צווישן זיינע ברודער'ס ציילט זיך הרה"ח ר' גבריאל שישא הי"ו משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


די לויה גייט ארויס היינט בשעה 1:30 מיטאג פון בית המדרש הגדול תולדות אהרן אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים צום הר הזיתים וואו ער וועט קומען לקבורה, ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.




Comentários


bottom of page