top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הכתרה פון האד' מסקולען לינדען היינטיגן דאנערשטאג אין ביהמ"ד 'נצח ישראל' סקולען אין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' ויחי • ח' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן מטעם ק''ק 'נצח ישראל' סקולען אין וויליאמסבורג איז געמאלדן געווארן איבער א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים לרגל די הכתרה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א וועלכע וועט משמש זיין באדמור"ות אין די נאסטאלגישע סקולענער ביהמ"ד אין שטאט וויליאמסבורג.


ווי שוין ברייט באריכטעט איז נעכטן געמאלדן געווארן די אויפנאמע פון די סקולענער רבי שליט"א, אלס ממלא מקום אבותיו הקדושים ולכהן פאר באדמורו"ת סקולען אין שטאט וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א וועט ווייטער אנפירן די עדה הקדושה און משפיע זיין תורה וחסידות במדה גדושה. היינטיגן מיטוואך וועט אפגעהאלטן ווערן אן אפציעלער מעמד לחיים ניין אזייגער אויפדערנאכט אין סקולענער ביהמ"ד אויף קיעפ סט. במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה אין שפיץ פון די רבני הקהילה ונכבדי העדה.


אין די טעג זענען די ראשי הקהילה ארויף צו די שטובער פון אדמור"י בית סקולען איינצולאדענען צום מעמד ההכתרה, באזונדער האט מען געלאדענט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א חותן המלך צו קומען באשיינען די מעמד לכבוד חתנו חביבו כבנו דער רבי שליט"א. אין אנדערע נייעס איז דער סקולענער רבי די וואך געוועהן אויף א ביקור פרטי ביים פעטער כ''ק האדמו''ר מסקולען וויליאמסבורג שליט''א.

Comments


bottom of page