דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט עטליכע חדשים צוריק האבן חסידי פשעווארסק אויפגענומען מיט גרויס שמחה והתרגשות די פרייליכע נייעס איבער די גרויסער שמחה אינעם רבינס הויף מיטן שידוך שליסן פון הכלה תחי' - נכדתו כבתו פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בתו היחידה פונעם רבינס טאכטער מרת בריעף ע"ה וואס איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין א עקסידענט בשנת תשע"א. די פשעווארסקער רבי האט דאן אריינגענומען זיין אייניקל די יתומה און אויפגעהאדעוועט דאס יונג מיידל אלס אן אייגן קינד וואו די רבי שליט"א האט זיך פערזענדלעך אפגעגעבן און געזארגט פאר איר וואו א געטרייע טאטע לכל דבר.
די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מפוריסוב זצ"ל, און די חתן איז א זוהן פון הרה"ג רבי יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי אין וויליאמסבורג א זוהן פון הרה"ג ר' מרדכי ישעי' שליט"א דומ"ץ אראד וריש מתיבתא בישיבת סאטמאר וויליאמסבורג.
די שמחת החתונה איז נקבע געווארן אויף קומענדיגן חודש אדר, ווען דער שמחה הגדולה רופט אויס גרויס עקסטאז און שפאנונג ביי חסידי פשעווארסק אומעטום, נאכדעם וואס דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט, אז דער שמחה איז זיין פערזענדליכע שמחה, גרייט מען זיך בס"ד אפצורעכטן דעם שמחת החתונה במקהלות המוני עם רב אינעם באשטימטן טאג מיטוואך פרשת תצוה הבא עלינו לטובה.
די עסקנים האבן אין די לעצטערע וואכן און חדשים אריינגעקוקט אין די פלענער, אפירצוזוכן א פאסיגע מקום ווי מען זאל קענען אפרעכטן די גרויסארטיגע שמחה הגדולה, ובפרט ווען מען גרייט זיך פאר א ריזן צוזאמפאר פון איבעראל דורך פילע חסידים ומערצים מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס פערזענדליכע שמחה. איז אין די לעצטע טעג באשטימט געווארן אז דער ריזיגער "אנטווערפען עקספאו" פעסטונג וועט בעז"ה דינען אלס דער פאסיגער פלאץ אפצורעכטן די שמחה הגדולה, אז דאס זאל קענען ארייננעמען אין זיך די פילע טויזענטער משתתפים און אורחים הנכבדים וועלכע ווילן מיטהאלטן די היסטארישע שמחה.
באזונדער גרייט מען זיך צום גרויסארטיגן "שבת של שמחה" שבת קודש פרשת תצוה בצל הקודש אין שטאט אנטווערפן, ווי דער געהויבענע בעל שמחה די פשעווארסקער רבי שליט"א וועט בעז"ה אפרעכטן דעם גאנצן שבת מבואו ועד צאתו במקהלות עם רב ביי די געהויבענע תפלות, טישן וכדו', וואו פילע געסט וועלן פארבלייבן אין אנטווערפן איבער שבת מיטצוהאלטן דעם געהויבענע שבת של שמחה בצל הקודש, דעריבער איז געשטעלט געווארן א ספעציעלער "וועד העסקנים" וואס זאל זיך אפגעבן מיטן צושטעלן דעם שבת קודש בכל פרטיה ודקדוקיה, איבערהויפט מיטן צושטעלן "אש"ל מלא" פאר די חשובע געסט ובני המשפחה במשך דעם גאנצע שבת און די שמחה'דיגע טעג ארום.
Comentarios