top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסלאנים רייסט ארונטער 'אגודת ישראל פארטיי' אין ליכט פון פרישע פלענער דורכצופירן פשרות אינערהאלב חוק הגיוס

מוצאי שבת וירא • ט"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ווידער אמאל איז געהערט געווארן גאר שארפע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט שארף אראפגעריסן די 'אגודת ישראל פארטיי', אין ליכט פון פרישע פלענער דורכצופירן פשרות אינערהאלב דעם ביטערן גזירת הגיוס.


דעם מאנטאג נאכט נאכט האט דער רבי אפגעראכטן א סעודת הילולא בבית מדרשו אין בית שמש, לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל 'יסוד העבודה' מסלאנים זי"ע. ביי די דברות קודש האט דער רבי א לענגערע צייט מרחיב געווען איבער די היסטאריע פון אגודת ישראל וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די סאמע גרעסטע גדולי הדור פאר'ן קריג מיטן איינציגסטן ציהל, צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די ציונים וואס האבן געוואלט עוקר זיין די תורה הקדושה.


ליידער, האט דער רבי געזאגט, איז אגודת ישראל געווארן א 'פאליטישע פארטיי', ווי דער 'דעת תורה' איז נישט קובע, נאר עס ווערט געפירט דורך א גרופע בעלי בתים וואס ווילן אנהאלטן זייערע בענקלעך און פאזיציעס. באזונדער זעהט מען דאס ביי די יעצטיגן גזירת הגיוס וואס איז עומד על הפרק, ווען צוליב די פאליטישע פירער זענען נישט ערשינען חתימות אדער א פאראייניגטע רוף פון די גדולי האדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה אז מען טאר זיך נישט שטעלן אין לשכת הגיוס.


דערביי האט דער רבי שטארק ארויסגעהויבן לשבחם פון די ספרדישע גדולי ישראל וועלכע האבן זיך באלד אנגעשלאסן אין דעם לגיון של מלך פון די גיבורי החיל און נאך א געמיינזאמע אסיפת הרבנים, האבן אלע גדולים דערקלערט אז מ'טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס אויף קיין שום אופן.


דער רבי האט ווידער ערווענט, אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די חברי הכנסת וואס וועלן אויפקומען מיט א פרישע געזעץ, וויבאלד דער בג"ץ וועט עס באלד פסל'ן, און א געזעץ וואס דער בג"ץ וועט מסכים זיין דערצו, איז ווי פארשטענדליך נישט אין איינקלאנג מיט דעת תורה און דער איינציגסטער מיטל מבטל צו זיין די גזירה, איז בלויז דורכ'ן אויסרופן א פאראייניגטע מלחמה קעגן די ממשלה מיטן זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס.



Comments


bottom of page