top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגן מעמד "הכנסת ספר תורה" לז"נ כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל אפגעראכטן ביום א' סליחות‎

דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

פארלאפענעם א' סליחות האבן זיך הונדערטער אידן חסידי סאטמאר תלמידים ומעריצים מיטגעפרייט בחוצות עיר וויליאמסבורג בשמחת התורה ביים מעמד נהדר הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לזכר נשמתו פון כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל און מחברתו די רעבעצין ע"ה.


די קייט פון ימי שמחה האט זיך אנגעהויבן ליל שישי נצבים וילך ביים מעמד סיום כתיבת האותיות בבית מדרשו פונעם ראב"ד זצ"ל, ווי עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר'ן ברייטן ציבור צו קענען אריינשרייבן אן אות אינעם ספר תורה, און בפרט פאר די חשובע שותפים לדבר מצוה וועלכע האבן געקויפט זכותים במיטב כספם, ובתוכם פילע חשובי העדה רבנים מורי הוראה ומרביצי תורה.


דעם נאכפאלגענדן זונטאג א' סליחות, האט מען שוין אין די פריע נאכמיטאג שעות אנגעזען א גרויסן ציבור זקנים עם נערים מלובש בבגדי שבת, וועלכע האבן באלאגערט דעם בית וועד לחכמים דער שטוב פונעם בארימטן תומך תורה הרבני הנגיד ר' אברהם ברוך גאדינגער שליט"א אויף ראדני סטריט, הארט נעבן דעם גרויסן ביהמ"ד, וואס איז געווען הערליך שיין צוגערישט לכבודה של תורה, און מן האט געהאט די זכיה אז מערערע גדולי האדמורי"ם והרבנים האבן אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך געפראוועט א לחיים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מצעהלים, וויען, אב"ד סאטמאר ירושלים, יעמרינג, נייטרא וומ"ב, און נאך. באזונדער האט מען מקבל געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אריינשרייבן די אותיות, דאן האט דער רבי שליט"א אפגראכטן א לחיים, און פארטיילט שיריים פאר'ן בעל האכסניא, און אנגעוואונטשן פאר הרבנים הגאוה"צ שליט"א קינדער פונעם ראב"ד זצ"ל.


נאכן גולל זיין איז דער ספר תורה ארויסגעפירט געווארן לרחובה של עיר, דורך די געהויבענע שוואגער'ס פונעם ראב"ד זצ"ל, הרה"צ הישיש מוה"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל, ואחיו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ווען א ריזן ציבור טאנצט צוזאמען אויף די גאס לקול תרועת המזמרים. ביים אנקומען צום ביהמ"ד האבן די טענץ גובר געווען ברוב שמחה, בשעת ווען דער ביהמ"ד ווערט איבערגעפילט מן קצה אל קצה. 


צוערשט האבן געטאנצן די געהויבענע קינדער פונעם ראב"ד, הרבנים הגאוה"צ, און נאך פילע רבנים און חשובי העדה, סוף טאנצן איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיט'ן ס"ת, און דערנאך צוזאמען מיט די חשובע קינדער פונעם ראב"ד זצ"ל.


דערנאך איז הרבני הנגיד מוה"ר עוזיאל גאדינגער הי"ו נתכבד געווארן אריינצולייגן דעם ספר תורה אין ארון הקודש, בשעת דער ציבור זינגט בעוז ותעצומות "שאו שערים ראשיכם". דאן האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט א שטארקע התעוררות.


פון דארט איז דער ציבור אריבער צום "ויואל משה" זאל, וואו מ'האט זיך געוואשען צום סעודה רחבה לכבוד גומרה של תורה. דער זאל איז געווען איבערפולט מיט הונדערטער אידן מלובש בבגדי שבת, וועלכע האבן אלע געשפירט ווי נאנטע בעלי שמחה.

מיט רייכע פרקי שירה וזמרה האט מהנה געווען די בארימטע 'חסידיש כאר' אין שפוץ פונעם בארימטן מלחין ר' מרדכי וואלף לאנדא,  אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א עס זענען געהערט געווארן הארציגע ווערטער פונעם בעל אכסניא של תורה, הרבני הנגיד מוה"ר אברהם ברוך גאדינגער שליט"א, און די "משא המעמד" פון בנו הגדול פונעם ראב"ד זצ"ל, הגה"צ רבי יעקב צבי פריעדמאן שליט"א מחשובי מרביצי תורה בקרב הקהילה, און א רייכע דרשה פונעם גאסט רעדנער הגה"צ רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"צ בעיר לעיקוואוד יצ"ו, וועלכער האט גענאסן גאר א נאנטע קירבות ביים ראב"ד זצ''ל, און האט זוכה געווען צו אראפשרייבן זיינע תורות און פערזענליך איבערשמועסן. נאכן בענטשן האט מען זיך פריש ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין פאר א לענגערע וויילע, לשוש ולשמוח בשמחת התורה.


צווישן די אדמורי"ם ורבנים וועלכע האבן זיך משתתף געווען במשך די מעמד, זענען געווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האדמורי"ם והרבנים צעהלים, וויען, זענטא, פאיע, מהרי"י פילאפף חבר הביד"צ, דומ"צ סאטמאר ב"פ, בית אהרן, סאטמאר ירושלים, נייטרא וומ"ב, יעמרינג, דעעש, דומ"צ פאפא, טשענסטקאוויץ, רבי יואל ט"ב, תהלות ישראל, קאלביסאוו, ראה"כ צעהלים, און נאך פיל.











































Comments


bottom of page