דאנערשטאג וזאת הברכה א' • ח' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
אינעם עיר התורה לעיקוואד איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א מאסיוון כינוס 'נשי אדירי התורה', וואס האט צוזאמגעברעגנט אריבער צען טויזנט נשים צדקניות וואס זייערע מענער זענען זיך ממית באהלה של תורה אין די מבצרי התורה שע"י בית המדרש גבוה סיי פון די לעיקוואד כוללים ווי אויך פון די 30 כוללים אינעם כולל נעץ פון בית מדרש גבוה איבער די וועלט.
דער כינוס ווערט אפגעהאלטן יאהר יערלעך נאכפאלגענדיג די ריזן 'כינוס אדירי התורה' וועלכע איז פארגעקומען דעם זוממער אין פילעדעלפיע מיט די באטייליגונג פון רבבות אלפי ישראל, לומדי ומחזיקי תורה וועלכע האבן צוזאמען ארויסגעברענגט זייער חשיבות און שעצונג לכבודם פון די איבער זיבן טויזענט אינגעלייט עמלי התורה אין ביהמ"ד גבוהה ד'לעיקוואוד. ביי די כינוס איז ארויסגעהויבן געווארן געווארן די געוואלדיגע חשיבות און מסירת נפש פון די טויזענטע נשים צדקניות, אשת חבר כחבר, וואס זענען גלייכע שותפים אין די מורא'דיגע קידוש שם שמים. די מעמד איז פארגעקומען תחת כיפת השמים אויף א ריזן שטח אין שטאט לעיקוואד בהשתתפות גדולי ראשי הישיבות און חשובי הרבנים שליט"א. אין שפיץ פון די ראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה.
צווישן די רעדנער'ס האבן אויפגעטראטן: דער ראשי הישיבה הגאון האדיר ר' ירוחום אולשין, הגאון רבי דוד שוסטל מראשי הישיבה, הגאון ר' אלי' ברודני ראש ישיבת מיר, און דער גאסט רעדנער הגאון ר' אפרים אליהו שפירא רב דקהל שערי תפילה אין נארט מיאמי ביעטש וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די אסיפה, בין גברא לגברא אינצווישן די דרשות האט מען מהנה געווען די נשים צדקניות מיט ספעציעלע פארשטעלונגען און רייכע נגינה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון פירן א תורה'דיגע שטוב.
留言