דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס דערהויבנקייט האבן סאטמארער אין דושינסקיא חסידים מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה וואס איז פייערליך אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם מאנטאג בהעלותך אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל. עס איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א אב"ד אהל פיגא קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אברהם יהושע אייגער שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד לובלין בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א פון בענסענהוירסט.
אין די פריע שעה איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו מנחה און דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט דורכצוגיין מקבל צו זיין ברכת הקודש אין דעם געהויבענעם עת רצון. דאן איז דער רבי שליט"א אין די זיידע די דושינסקיא רבי מיט די שושבינון ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און די בדחן האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה. דערנאך האט די זיידע די סאטמאר רבי שליט''א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, די רבי האט בתוך דבריו באגריסט די חשובע זיידע כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א וואס איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו די שמחה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
מיט סידור קידושין האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מכבד געוועהן מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הרה"ג רבי אברהם אייגער שליט"א פון ציריך, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי עזריאל מאיר אייגער אב"ד לובלין בארא פארק און ברכה אחריתה די זיידע כ"ק אדמו"ר מפאלטיטשאן שליט"א פון בענסענהוירסט. נאכן מעמד החופה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעוואנטשן דעם ציבור האלפים און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן און מחותנים. ביים חופה האט זיך משתתף געווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ביים סעודת החתונה איז געוועהן רעזערווירט ספעציעלע טישן פאר די דושינסקיא חסידים, במשך די סעודה האט די סאטמארע קאפעליע אינאיינעם מיט משוררי בית דושינסקיא אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבעגער אנגעפירט מיט הערליכע פרקי שירה לכבוד די שמחה. צום באשטימטער צייט זענען די זיידע'ס האדמור''ים שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ברייטן ציבור, אין זיך געוואשן צום סעודת מצוה, א קורצע צייט דערויף איז די חתן אריינגעקומען אין מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער ריקוד לכבוד שמחת חתן. בשעת די ריקודין איז כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א אראפ צום חלל פון ביהמ''ד און איז געטאנצן מיט בנו הרה''צ רבי דוב דוב שליט"א אין די בני משפחת המלוכה, זייענדיג ארומגענימען מיט קהל חסידיו זקנים עם נערים. אינצווישן איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן סאטמאר רבי'ן שליט"א אין די מחותנים.
נאכן דורכגיין אויף אמירת לחיים איז די סאטמארער רבי אהיים לביתו נאווה קודש אויף א קורצע הספקה און געדאוונט מעריב, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א - ראש ישיבת דושינסקיא, ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' פייוויל איגר שליט"א פון בארא פארק
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד אסטרייכער הי"ו האט גענומען דאס ווארט, און האט מיט גאר ווארעמע חרוזים אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, זייענדיג מעורר זכות אבות הק', דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, אין דאן צוגעטראטן צו די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור צו אן אויסטערלישן התעוררות און התלהבות. דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חתנו הגה"צ רבי דוד דוב שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי הרה''ק בעל ברך משה זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט אחיו הגה''צ אב"ד סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א. דערנאך האט מען אויפגערופן די גרויסער זיידע כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א פיייערליכע טאנץ מיט מחותנו די סאטמארער רבי שליט"א פאר א לענגערע צייט עס האט נאכגעפאלגט מיט די ריקודין פון די זיידע הגה"צ אב"ד לובלין שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הגה"צ אב''ד אהל פיגא שליט"א, און די אבי הכלה הרה"ג ר' אברהם יהושע אייגער, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער. דערנאך האט דער בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, עס איז שוין געווען קרוב צו צוויי דרייסיג אויפדערנאכט ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.
Comentários