דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט א רגש התעוררות גרייטן זיך חסידי טשערנאביל צו א געהויבענע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אונטערנעמען צום שטאט קעשענוב מאלדאווע, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, ארום די טעג פונעם יארצייט.
דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פונעם פארגאנגענעם יאר האט דער רבי שליט"א געבעטן די עסקנים זיך אריינצולייגן און איבערפרישן די אהל הק' און מצבה פונעם זיידן וואס געפינט זיך אין קעשענוב, און דערביי ממנה געווען ספעציעלע שלוחי קודש וועלכע זענען אריינגעטאן אינעם פראיעקט במסירה נאמנה למלאות רצון צדיק.
אצינד שטייענדיג א קורצע צייט אפגערוקט פון די הילולא קדישא, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין מתפלל זיין על מקום מנוחת קדשו, און מעתיר זיין בדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט.
דער רבי וועט זיך ארויסלאזן מיטוואך חקת פארטאגס אין באגלייטונג פון א גרויסע פמליא פון חסידים פון ארץ ישראל און אייראפע. אין די נאכמיטאג שעות וועט דער רבי פוקד זיין דעם ציון און דערנאך מעריך זיין א שלחן לחיים אויפ'ן פלאץ, און שפעטער ביינאכט זיך אהיימקערן למעון קדשו אין ארץ ישראל.
אין אנדערע נייעס בחצר הקודש טשערנאביל, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אויף דעם ביקור מרומם וואס דער רבי וועט אונטערנעמען קיין אייראפע, ווי שוין ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות, ווען דער רבי וועט אפרעכטן געהויבענע באזוכן בקרב חסידים אין מאנטשעסטער אין לאנדאן דורכאויס די וואך פרשת קרח.
Comments