דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט געוויילט איבער שבת אויסער די שטאט - בגלילות קרית יואל אויף אפרוה איז דעם מוצאי שבת אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדות סאטמאר כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.
ביים אנקומען צום מעמד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און די אנדערע רבנים שליט"א אויפן אויבנאן, דער מנהל הר"ר יודא בער טעללער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע רבנים, פאר אלע עלטערן, און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים, דערנאך האט דער רבי פארטיילט זיין ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב מיט סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים.
Comments