top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזרח השמש • תושבי מאנסי מיטגעהאלטן התרגשות'דיגער שבת הכתרה בצל האד' מראחמיסטריווקא מאנסי

מונטאג פ' כי תבוא - י"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד מ. - JDN


הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, חסידי ראחמיסטריווקא און תושבי מאנסי, האבן דעם שב"ק מיטגעהאלטן א גאר געהויבענע שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, וועלכער האט געפראוועט די ערשטע שבת הכתרה אויף א גרויסע פארנעם, אין די נייע פראכטפולע בנין הכולל דחסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, וואס שטייט בנשיאותו.


לכבוד די שבת זענען געקומען צו פארן א שיינע ציבור געסט, א ספעציעלע חשובע דעלעגאציע האט זיך אנגעזעהן בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א חותנו הגדול פונעם רבי'ן, וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטן שבת בצל הקודש.


העפטיגע הכנות זענען פארגעקומען דורכאויס די וואך צו אנגרייטן דעם נייעם בנין לשם ולתפארת, הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען געווארן אויפגעשטעלט, און ספעציעלע אכסניות איז געווארן צוגערישט פאר אלע געסט.


ליל שבת קודש א האלבע שעה נאכן שקיעה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה און קבלת שבת, און נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער וואונטשן א גוט שבת, און א גרויסע צאל תושבי העיר וואס זענען געקומען וואונטשן דעם רבי'ן לכבוד די ערשטע שבת.


ארום צוועלף אזייגער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, ווען די גאנצע היכל בית המדרש איז שוין געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, אונטערן רבי'ן איז געשטאנען דער משמש בקודש הרב מענדיל לוריא מנהל תלמוד תורה ישועות משה ויזניץ אין מאנסי ומחשובי חסידי ראחמיסטריווקא, און ביים טיש זענען געשטאנען די גבאים הרב עמרם ווייס שליט"א מנהל הכולל, און אן אייניקל פון הרב החסיד ר' יהושע חיים קאסטען שליט"א משב"ק ביי הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכע האבן פארטיילט די שיריים און מכבד געווען די חשובע אידן.


פארן בענטשן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה, און משמיע געווען שיינע מאמרים און געדאנקען פון פריערדיגע צדיקים. דער רבי האט מעורר געווען בענין שמירת הדיבור, און די וויכטיגקייט פון אפהיטן די שמיעה, נישט צוצוהערן צו שלעכטע זאכן.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דעם רבינ'ס שוואגער הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא, און מיט די ניגונים זענען מכובד געווארן די חשובע רבנים וחשובי העדה. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן א רייע חשובע רבנים און רעבישע אייניקלעך, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 מאנסי שליט"א א נאנטער שכן, די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, הרה"צ ר' שמעון שלמה שוחט בן כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, הרה''ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ סקווירא מאנסי, הרה"צ ר' יהושע העשיל טווערסקי איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבארניב, הרה"צ ר' נתן דוד אשכנזי מסטאניסלאוו אלעסק, און נאך חשובע רבנים און פילצאליגע אייניקלעך פון אדמור"י בית ראחמיסטריווקא, סקווירא, און וויזניץ.


ביי שלש סעודות האט זיך ווידער אנגעזעהן א שיינע ציבור חסידים, דער רבי האט פארגעזאגט די זמירות כנהוג, און אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און ארומגערעדט איבער פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק. אויך האט זיך באטייליגט ביי שלש סעודות הרה"ג ר' אהרן יוסף בערגער ר"י זכרון ישעי', און הרה"ג ר' יעקב דוד ראבינאוויטש איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים.


נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם, און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן ביים רבי'ן א גוטע וואך, און דער רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פנים.





Comments


bottom of page