top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ראיים לאותו איצטלא: בני כקש"ת גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל אויפגענימען אלס ממלאי מקומו

מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

נעכטן מאנטאג דער ערשטער טאג פון די ימי השבעה נאך די פטירה פון הגה"צ חסידא ורחימא גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל האט הגאון הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בעל 'ויען דוד' מכתיר געוועהן בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א למלאות מקומו, ער האט אויפגענימען בנו בכורו הגה"צ רבי נפתלי אלימלך רייך שליט"א אלס רב ק"ק בית משה אהרן פשעווארסק אין אנטווערפען ווייטער אנצופירן דאס ביהמ"ד, און אנהאלטן משאת נפשו הטהורה פון זיין גרויסן פאטער מיט די הכנסת אורחים אין דעם הייליגן שטוב - ביתו של אברהם אבינו.


בנו הגה"צ רבי איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג וועט כמימים ימימה משמש זיין ברבנות אינעם הערליכן פשעווארסקער ביהמ"ד אין עיר ואם בשישראל וויליאמסבורג אויף פענן סט. וואו זיין טאטן האט איהם נאך בחייו ממנה געוועהן אלס דער איש על העדה אין דעם שיינעם חסידישן ווינקל, וואס איז מיט די יאהרן פארוואנלדט געווארן אלס מקום תורה ותפלה וואו פילע אידן קומען זיך ווארעמען די הערצער און נשמות ביי די תפילות און טישן.


הרה"צ רבי נפתלי אלימלך שליט"א איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו''ר מבישטקוב זצוק"ל, הרה"צ רבי איציקל שליט"א איז א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, ביידע ברודער זענען ברייט באקאנט אלס בנן של קדושים ריכטיגע הולכים בדרכי אבות, וראיים לאותו איצטלא.


דעם שב"ק פ' וארא וועלן ביידע ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אפרעכטן די באטע פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות אין ביהמ"ד בית משה אהרן אין אנטווערפען וואו א גרויסן ציבור חסידים און תושבי העיר זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן דעם שבת הכתרה.

Comments


bottom of page