top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחבת גבולי התורה: נייעם פליגל באנייעט אינעם בנין מבצר הכוללים ד'קרית יואל

דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אויף א באזוך בהיכל מבצר הכוללים אין קרית יואל לכבוד די באנייאונג פון נאך א צוגעבויעטן פליגל וואס ענהאלט פרישע צענדליגע זיץ פלעצער צו קענען נאכקומען די ריבוי הלומדים, דער רבי האט געדאווענט שחרית אין כולל אינאיינעם מיטן טעגליכן מנין במתינות וואו עס האבן מיטגעדאווענט פילע בעלי בתים ואברכים.


נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף צום נייעם צוגעבויעטן פליגל וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן גאלערי, און קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז דער רבי אראפ צום מסיבת לחיים לכבוד המאורע, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, און דער רבי דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש ארויסברענגענדיג אז יעצט אין די ימי החנוכה איז די פאסיגע צייט צו זיין מוסיף והולך און פארברייטערן די כח התורה פונעם 'בנין מבצר הכוללים' וואס דער בנין איז דער שענסטער בנין אין שטאט קרית יואל! וואס פון דא קומען ארויס מורי הוראה, מלמדים, און בעלי בתים חשובים, דער רבי האט מאריך געווען בשבח פונעם כולל און בפרט פונעם מנין שחרית במתינות, און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס מען דארף האבן פאר די הנהלת הכולל סיי די הנהלה גשמי וואס שאפן די גרויסע געלטער פאר די הוצאת הכולל, און סיי די הנהלה רוחני וואס מאכן זיכער אז יעדע אינגערמאן איז מסודר מיט די לימודים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די לומדי והנהלת הכולל.










Yorumlar


bottom of page