top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לכה"ן תחת אביו: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א אויפגענומען אלס אב"ד ריסקאווא בני ברק למלא מקום אביו

דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די "ריסקאווא" קהילה אין בני ברק, האט מען היינט דינסטאג אווענט ליל ז' דחנוכה מיטגעלעבט א התרגשות'דיגע מעמד הכתרה, ווען ס'איז אויפגענומען געווארן הגה"צ רבי אברהם שלמה כ"ץ שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר בני ברק, אלס ריסקאווא רב אין בני ברק.


דער נייער ריסקאווער רב שליט"א איז אויפגענומען געווארן למלא מקום אביו הגדול, הגה"צ המפורסם רבי אלי' כ"ץ זצ"ל מרבני סאטמאר בני ברק וגאב"ד ריסקאווא בעל ראש אליהו, וועלכער האט ממלא געווען מקום אביו הגאון האדיר רבי אברהם שלמה כ"ץ זצ"ל גאב"ד ריסקאווא ובעל אורחות המשפטים.


דער נייער רב איז א גדול בתורה ויראה, און שוין יארן לאנג מרביץ תורה פאר רבים וכן שלמים בקרב העיר, ובפרט די לעצטערע יארן ווען ער ציילט זיך פון די פארי הרבנים אין די סאטמארע קהלה אין בני ברק. מיט עטליכע יאר צוריק האט מען געליטן דעם שווערן קלאפ מיט'ן הסתלקות פון אביו הגדול, און עס איז דאן אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום אין די ריסקאווא רבנות אין אמעריקע, בנו בכורו הגה"צ רבי משולם שרגא כ"ץ שליט"א, און אצינד איז געקומען די פריידיגע מאמענט, מיט'ן ממנה זיין אן איש על העדה און רב הקהלה אויך פאר די ריסקאווא קהלה אין ארץ ישראל.


דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען היינט נאכט קאמבינירט מיט א מסיבת חנוכה און סיום מסכת תענית, אינעם ריסקאווער ביהמ"ד אויף רחוב ישמח משה אין בני ברק, מיט'ן השתתפות פון א גרויסן ציבור מעריצים ואוהדים ומתפללי ביהמ"ד, וועלכע זענען זיך געקומען פרייען מיט די גרויסע שמחה און וואונטשן מזל טוב פאר'ן נייעם רב.


אין שפיץ האט מען די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם אורח הדגול, הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן ובעל ויען דוד, מגדולי תלמידי הגה"צ גאב"ד ריסקאווא זצ"ל בעל אורחות המשפטים, און א ידיד נפש מיט'ן ריסקאווער רב בעל ראש אליהו זצ"ל, וועלכער האט נאך מכתיר געווען עטליכע יאר צוריק הגה"צ גאב"ד ריסקאווא ארה"ב, און אצינד איז ער ווידער געקומען צו פארן, ושוב שנית לקדשו, צו מכתיר זיין הגה"צ רבי אברהם שלמה שליט"א אלס רב הקהלה אין ב"ב.


ביים מעמד האט מען געהערט די ווארעמע דיבורים פון די סאטמארע דיין שליט"א פון אנטווערפען, און דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איבערגעגעבן דורך הרה"ח ר' שניאור זלמן טאבאק שו"ב סאטמאר בני ברק, דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א.


תשית לראשו עטרת פז

Comments


bottom of page