מיטוואך פ' ויחי • ח' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
די נייעס ווערט כסדר אפדעיטעד ©
4:00 | מיטוואך נאכמיטאג פ' ויחי • בחצרות הקודש
צו די פטירה פון הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה, וועט מען היינט זיצן שבעה פון 4:30 נאכמיטאג ביז 10:00 באנאכט מיט א שעה מנוחה פון 6:30 ביז מעריב בשעה 7:30. מען זיצט שבעה אינעם עזרת נשים בבנין ביהמ"ד הגדול וויזניץ. די נשים וועלן זיצן שבעה בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אויף פיליס טערעס.
די פונקטליכע סדרי וזמני השבעה פון די קומענדיגע טעג וועט נאכפאלגן.
1:45 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פארלאזט יעצט די בית החיים נאכן לוויה, אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש וואו מען וועט דאווענען מנחה נאכגעפאלגט מיטן סעודת הבראה.
1:35 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
יעצט נאכן מעמד הקבורה האט מען זיך געשטעלט אין די שורה, און מען האט מנחם אבל געווען דעם רבי'ן מיט די קינדער שליט"א. צום ערשט האבן מנחם אבל געוועהן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און דערנאך האחים האדמור"ים לבית וויזניץ שליט"א, און די אנוועזנדע רבנים.
1:20 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע מינוטן איז די רעבעצין ע"ה געקומען למנוחתה אינעם אוהל וואו עס ליגט באהאלטן איר שוויגער הרבנית הצדיקת מוויזניץ ע"ה, א"ח כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זצוק"ל. הארט נעבן דעם אהל פון אירע עלטערן הגה"צ אבד"ק איהעל זצ"ל און די רעבעצין. נאך סתימת הגולל האט מען געזאגט צידוק הדין און די זין הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א האבן געזאגט דעם קדיש.
1:05 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
אין די פריערדיגע מינוטן איז די מיטה אנגעקומען אויפן בית החיים אין מאנסי. אנקומענדיג צום ביה"ח איז דער ציבור פארבליבן שטיין ביים דרויסענדן שטח, און דער רבי שליט"א מיט די בני משפחה האבן באגלייט ביז אינדרינען.
12:45 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארלאזט יעצט שיכון סקווירא נאכן עלייה לציון ככלות י"א חודש לפטירתה פון הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה היינט ח' טבת. דער רבי שליט"א וועט זיך משתתף זיין ביי די לוי' בשעת די קבורה אויפן וויזניצער בית החיים.
אינצווישן באגלייט מען ווייטער די מיטה אראפ די רוט 306, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פארט נאך די מיטה מיטן קאר.
12:30 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
דרכי שיכון וויזניץ אבילות: יעצט האט מען אנגעהויבן צו באגלייטן דעם ארון אויף רוט 306 פונעם ביהמ"ד ביז צום ביה"ח, וואו שווערע טויזנטער אידן טוען מיט צובראכענע געמיטער באגלייט דעם ארון. במשך די גאנצע צייט שטייען די עסקנים אויף דער וואך אנצוהאלטן דעם מוסטערהאפטן ארדענונג, כדי אז עס זאל ח"ו נישט קומען לכלל סכנה.
צווישן די מלווים געפינען זיך יעצט ביים לוי' כ"ק האחים האדמור"ים שליט"א לבית ראחמיסטריווקא.
12:25 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
די אדמור"ים ורבנים חשובים ביים אפרעכטן די הקפות ארום די מיטה כנהוג.
12:20 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
יעצט ביי די מסע הלוויה איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ארויסגעקומען נעבן די מיטה אין באגלייטונג פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, נאכן קריעה רייסן האט מען געמאכט די "הקפות" כנהוג. דערנאך האט הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ הקהילה געזאגט די קל מלא רחמים כנהוג, און דער ציבור האלפים הייבט אן אצינד באגלייטן אין ריכטונג פונעם בית החיים.
ביי די לוויה געפונען זיך צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק האחים האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א, די שוואגער כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, גאב"ד סאטמאר בארא פארק, אב"ד איהעל מאנסי אב"ד איהעל וויליאמסבורג, און נאך פילע רבנים וחשובי העדה.
12:15 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
יעצט ביים לוי' פארנט פונעם בנין התלמוד תורה 'בנין ווילחאוויץ' האט מען זיך קורץ געזעגענט פון די רביצין ע"ה. די טויזנטער נשות הקהילה און תלמידות תחי' באגלייטן אצינד די ארון אויפן וועג צום ביהמ"ד מיטן פארדינטן כבוד פאר די הויכגעשעצט רביצין ע"ה. אינצווישן זענען מסן שוין פארזאמלט פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף פילעס טערעס אין מאנסי.
12:10 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
יעצט פארמיטאג איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מרכז) פאר די חסידים אין ניו יארק אריינגערעכנט די ישיבה לצעירים אין מאנסי ארויסצוגיין זיך משתתף זיין ביי די לוי'. בנו יחידו הרה"צ ר' חיים מאיר האגער וועט זיך באטייליגן ביי די לוי' בשליחות הקודש.
12:00 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומט יעצט אן קיין מאנסי צום לוי' פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
11:45 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
יעצט בעפאר די מסע הלוי' איז פארטיילט געווארן פדיון נפש כנהוג פאר אלע אברכי הכולל אין מאנסי, טשעקס פון זעקס און דרייסיג דאללער וואס דער רבי שליט"א האט פארטיילט פאר יעדן אינגערמאן.
11:40 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש נאך וואס די בני המשפחה האבן זיך געזעגנט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א הייבט זיך יעצט אן די מסע הלוי' פארנט פונעם בנין הת"ת בנין ווילחאוויץ וואו עס זענען פארזאמלט די טויזנטער נשות הקהילה און תלמידות פון די וויזניצער מיידל שולע. די פיליס טערעס איז שוין פארשלאסן, אין בעפארברייטונג צום לוי' ביים ביהמ"ד וואו מען ערווארט א ריזן ציבור.
11:30 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
9:45 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
בהוראת הקודש פון מרנן האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ פון קייאמישע, וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלן זיך אלע תלמידי הישיבות הקדושות באטייליגן ביים לוי' אפצוגעבן די כבוד האחרון פארן אשת חבר כחבר הרבנית הצדקנית מוויזניץ מאנסי ע"ה.
9:30 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
ווי געמאלדן וועט די מסע הלוויה פארקומען בשעה 12:00, די זמנים וועלן געהאלטן ווערן גאר פונקטליך. די רבי שליט"א מיט די בני המשפחה וועלן רייסן קריעה ביים טיר פארנט פון בית המדרש הגדול, דערנאך וועט פארקומען די הקפות און קל מלא רחמים, מען וועט מען באגלייטן צופיס ארויף פיליס טערעס ביז רוט 306 און אזוי ווייטער ביזן בית החיים וויזניץ און שטאט.
עס וועט אי"ה זיין צוגעשטעלט באס טראנספאטאנציע פאר די עלטערע אידן וואס וועלן נאכפארן די מיטה אונטער די מלווים. אנקומענדיג אין בית החיים וועלן נאר די בני המשפחה אריינגיין אינעם שטח הקבורה ארום דעם אהל.
נאך סתימת הגולל וועט מען דורכגיין מנחם אבל זיין די אבלים אראפ די גאנצע בארג פונעם בית החיים, דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט באסעס צוריק צום ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ.
9:10 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
די נאכט ארום 3:00 האט די מיטה פארלאזט דעם מאונט סיני שפיטאל אויפן וועג קיין מאנסי, אין באגלייטונג פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א וועלכע זענען געוועהן אנוועזנד בשעת יציאת נשמה. די מיטה האט גענעכטיגט בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א.
פארמיטאג וועט די חברה קדישא דורכפירן די טהרה, אינעם טהרה שטיבל אויפן וויזניצער בית החיים און ארום 11:30 וועט די מיטה דורכפארן ביים פארקינג לאט פון די וויזניצער תלמוד תורה 'בנין ווילחאוויץ' אויפן וועג צום ביהמ"ד הגדול.
9:00 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
די חברה קדישא ביים אנגרייטן די מקום הקבורה פון די רעבעצין ע"ה אינעם אהל הקדוש פון איר שוויגער הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה.
8:45 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
ערשטע הכנות אין שיכון וויזניץ צום מסע הלוי'.
8:10 | מיטוואך ויחי • בחצרות הקודש
די מסע הלוי' וועט זיך אנהייבן היינט, 11:30 ביים פארקינג לאט פון די וויזניצער תלמוד תורה 'בנין ווילחאוויץ' וואו די נשים צדקניות פון די קהילה וועלן זיך פארזאמלען און באגלייטן די ארון. ארום 12:00 מיטאג וועט די לוי' ארויסגיין פארנט פון ביהמ"ד הגדול 'לבוש מרדכי' אין שיכון וויזניץ מאנסי. וואו דער מנהג אין וויזניץ וועט מען נישט מספיד זיין, מען וועט זאגן קל מלא רחמים נאכגעפאלגט מיט די הקפות כנהוג.
מען וועט דערנאך באגלייטן די מיטה צופיסנס ביז צום וויזניצער בית החיים אויף רוט 306, וואו די רעבעצין וועט קומען למנוחה נכונה אינעם אהל פון איר שוויגער הרבנית הצדקנית מוויזניץ ע"ה.
כל הזכויות שמורות ©
Comments