top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נבלה נעשתה בישראל • כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א ארעסטירט דורך ציוניסטישע פאליציי אין מירון

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: איציק ו.


מיט גרויס אויפברויז איז אויפגענומען געווארן ביים יהדות החרדית, די שרעקליכע 'בזיון כבוד התורה' וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין אתרא קדישא מירון, ווען די ציוניסטישע פאליציי האבן גענומען די חוצפה און ארעסטירט כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, פארן איינציגסטן חטא פון ארייננעמען אידן ביי אים אין ביהמ"ד.


דער קארלסבורגער הויף אין מירון איז נתייסד געווארן דורך הגה"ק בעל עמק התשובה מקארלסוברג זי"ע און איז מיט די יארן פארוואנדעלט געווארן אלס א פנת יקרת לתורה ולתפלה פאר די רבבות עולי מירון, ושם אוה למושב לו, ווען דער ביהמ"ד טוט ווייטער פונקציאנירן בנשיאות בנו וממלא מקומו כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, ווי עס ווערט צוגעשטעלט צו עסן און צו טרינקען מיט א גרויסע הרחבה, וכל דיכפין ייתי ויכול אויף אן אויסערגעווענליכע פארנעם.


אויך היי-יאר, טראץ די אומשטענדן, טוט די חסד אפאראט אין די 'קארלסבורגער הויף' ווייטער אנגיין מיטן פולסטן קראפט, ווי עס ווערט צוגעשטעלט נארהאפטיגע סעודות פאר ווער אימער, אין צוגאב צום נייעם גרויסן רחבות'דיגן ביהמ"ד וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן לשמחת לב די טויזענטע פוקדים ביים ציון הק'.


היינט נאכמיטאג זענען די פאליציי אנגעקומען צום חצר הקודש קאלרסוברג אין מירון און האבן געקייטעלט דעם קארלסבורגער רב שליט"א בפני קהל ועדה, זאגענדיג אז דער רב האט פארלעצט די אנגעבליכע געזעץ וואס איז די טעג אריין אין קראפט אין מירון, אז מען טאר נישט ארייננעמען קיין פרעמדע געסט, און דעריבער האבן זיי ארעסטירט דעם רב וועלכע האלט אפן זיין ביהמ"ד פארן ברייטן ציבור, כחוקת סדום. ווי פארשטענדליך זענען די פאליציי פארשריגן געווארן מיט א הילכיגן קול מחאה פון די פארזעמעלטע אידן און נאך גרויס די אונטערווענצן דורך עטליכע טעטיגע עסקנים האט מען נאך א קורצע צייט פריי געלאזט דעם רב.


דאס יהדות החרדית וועט נישט פארשווייגן די אומדעהערט-בארע אקט פון מבזה זיין א גדול בישראל ברבים, מיט א תפלה שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.



bottom of page