top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע טויזנטער ביי לוי' פון הגאון רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא ביי סאטמארער באנגעלא קאלאני "לפידות"

מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

וכבוד גדול עשו לו במותו


מאסן אידן חסידים ואנשי מעשה און סאטמארער חסידים בפרט האבן נעכטן זונטאג באגלייט למנוחות עולמים איינער פון די פארי הרבנים אין שטאט וויליאמסבורג, מרא דמשנא, האי גאון וצדיק חסידא ופרישא הגאון האדיר רבי שמעיה גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סייעתא דשמייא, אין די צייט ווען די וואנד איז נאך פריש און דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל, מען האט פארלוירן איינער פון די גרויסע תלמידי חכמים האדם גדול בענקים וואס האט באשיינט אמעריקא באור תורתו וצדקתו.


די לוי' האט זיך אנגעהויבן אום 10:00 אזייגער צופרי ווען טויזנטער חסידים האבן איבערגעפילט היכל הבית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, באותו מקום וואו דער גאון האט רבות בשנים פארגעלערנט זיינע הפלאדיגע שיעורים טאג טעגליך, און מרביץ תורה געווען לאלפים. די מיטה איז אריינגעפירט געווארן אינעם היכל הבית מדרש לויט די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מען האט זיך צוגעהערט צו די דברי הספד בכי תמרורים על סילוקו של צדיק, בפני תלמיד חכם שמת, ווי עס ווערט געברענגט אין הלכה - אויך אין טאג פון ראש חודש, צום ערשט האט מספיד געוועהן כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, דערנאך הגה"צ רבי מנחם זכרי' זילבער שליט"א גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים, דערנאך הגה"צ ר' הערשיל האלפרין שליט"א דומ"ץ וויען בארא פארק, און הגה"צ ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר, צום לעצט האבן מספיד געוועהן די חשובע קינדער פונעם נפטר הרה"ג ר' אברהם גרינבוים און הרה"ג ר' יואל ישראל גרינבוים שליט"א וועלעכע האבן פה אחד באוויינט דעם אבידה שאין לה תמורה, און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם נפטר בשלושת עמודי עולם, און זיין געוואלדיגע השפעה אויף כלל ישראל און אויף די שטאט וויליאמסבורג בפרט.


נאך די הספדים האט מען באגלייט די מיטה צופיסנס ברחובה של עיר ביז צום בנין אסטרייכער אויף די הייוועי ווי עס האבן זיך אנגעזעהן בראש המלווים האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג - בית חיים יהושע - דינוב - זידטשויב חרדים, הורדענקא, און נאך. פון דארט איז מען ארויסגעפארן פון שטאט, אונטערוועגנס ארויף צום קאנטרי איז די מיטה דורכגעפארן ביים עקזיט 14 ביים ניו יארק סטעיט טרואוועי נעבן מאנסי, ווי א גרויסע ציבור תושבי מאנסי האבן זיך פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד הראוי, עס האבן דארט מספיד געווען כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און הגה"צ רבי אהרן ישעי' פיש אב"ד האדאס - סאלקא, בראש המלווים האט זיך אנגעזעהן ביי די לוי' אין מאנסי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


אום 2:00 אזייגער נאכמיטאג איז די מיטה אנגעקומען אין פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין די סאטמארער באנגעלאו קאלאניע מחנה לפידות אין ווייט לעיק, וואו דער רב זצ"ל פלעגט יאהר יערליך וויילן דורכאויס די זומער חדשים, און באשיינען פון זיין תורה און יראת שמים אויף די ארטיגע אידן, עס האבן דארט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס וויילט דורכאויס די זומער אין סוואן לעיק, אין באגלייטונג פון א גרויסע ציבור חסידים, און כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלעכע וויילט אין ווייט לעיק אויף מנוחת הנפש און איז געקומען זיך משתתף זיין בהספידו של גאון.


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען דברי הספד ופרידה לפני מיטתו פונעם גרויסן גאון, ארויסברענגענדיג זיין כח הרבצת התורה, זיינע שיעורים וואס ער פלעג פארלערנען אזויפיל יאהר במתק לשונו, א בחינה פון ממית עמצו באהלה של תורה, געזעצן און געלערנט גאנצע נעכט ביגיעת התורה, און וואו זיינע ספרים זענען נתקבל געווארן איבער די גאנצע וועלט א בחינה פון דבריו נשמעים. דערנאך האבן מספיד געווען כ"ק גאב"ד יאוואזשנא שליט"א, הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א, און די איידימער פונעם נפטר, הגה"צ אב"ד קראסנא שליט"א, און הרה"ג ר' ישראל ארי' מרגליות שליט"א. פון דארט איז די מיטה געפירט געווארן קיין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען די לוי' ביים בית המדרש הגדול אין קרית יואל אויפן וועג צום בית החיים אין שטאט ווי די רב זכר צדיק לברכה איז געקומען לקבורה.





























Comments


bottom of page