top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות "ניו יארק" גרייט זיך מיט גרויס התרגשות ובהתרוממות הנפש צו מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט האד' מקהל חסידי ירושלים

זונטאג חיי שרה • ט"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

יהדות ניו יארק לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח: שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער וועט מארגן מאנטאג גרייכן די ניו יארקער האפן אויף א געהויבענע נסיעה, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און צו אויפטרייבן גרויסע סכומים אדירים ונשגבים לטובת די "כוללים אימפעריע" בנשיאותו וואס איז אויסגעשפרייט איבער גאנץ ארצינו הקדושה, שמשם יצא תורה וקדושה מדי יום ביומו.


ווי יאר יערליך קומט דער רבי שליט"א צופארן קיין ניו יארק אויף א מסע חיזוק והתחזקות, ווען עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט פאר די חסידים דאהי נהנה צו זיין מאורו הגדול ולחזות בנועם זיוו תפארתו, ווען גלייכצייטיג טוען די חסידים ארויסהעלפן דעם רבי'ן טראגן דעם שווערן עול, די מוסדות הקדושים און די שיינע לעכטיגע קהילה על מי מנוחות.


די שטאט בארא פארק וועט האבן די ערשטע זכיה אויפצונעמען דעם גרויסן גאסט, מארגן מאנטאג צופרי ווען דער רבי וועט מופיע זיין בשערי העיר, און האבן די אכסניא בבית הנגיד החסיד המפואר ר' יעקב שלמה ווייס הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, ווי עס וועט אויך פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו, דורכאויס די וואך וועלן די חסידים אין בארא פארק האבן די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לעצה ולברכה, און עס וועט פארקומען ספעציעלע מסיבות בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות.


דעם קומענדיגן דאנערשטאג איז דער רבי שליט"א ערווארטעט אנצוקומען קיין וואדבערן, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א גייסטרייכע און געהויבענע שבת קודש בצילא דמהימנותא, היי יאר איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן אויף שבת די פראכטפולע 'שאלעי' האטעל צו קענען אקאמאדירן די פילע משתתפים חסידים ואנשי מעשה פון אמעריקא וואס קוקן ארויס מיטצוהאלטן די לעכטיגע תפילות און עריכת שולחנות הטהורות אויפן פייערדיגער קארלינער שטייגער.


שטייענדיג א וואך בעפאר דעם געהויבענעם שבת ארבעטן די עסקנים נאכצוקומען דעם פלייץ פון די הונדערטער משתתפים און צושטעלן אש"ל מלא, זיך צו מעלדן צו די עסקנים מבעוד מועד קען מען רופן ביז דעם מיטוואך אויף  718-753-1226 אדער אויף  917-613-6621.


נאך שבת וועט די רבי אנקומען צום עיר ואם בישראל וויליאמסבורג ווי די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמעון ישראל פערלמוטטער הי"ו,  וואו עס וועט זיין די געלעגנהייט פאר די תושבי העיר אריינצוגיין לברך ולהתברך בזמן שהצדיק בעיר, אויף שבת פרשת תולדות וועט די רבי וויילן אויף א פריוואטע פארנעם בהרי העקעסטקילס, און זיך דערנאך צוריק קערן קיין וויליאמסבורג און זיך דארט אויפהאלטן ביז דאנערשטיג ויצא ווען די רבי וועט זיך צוריק קערן למעון קדשו בקרתא דשופריא.



Comments


bottom of page