דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
דערהויבענע טעג זענען אריבער אויף די אריבער צוויי הונדערט חסידי סקווירא נגידים ותומכים, ביים היסטארישן מסע הקודש 'בני היכלא' פון כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א צו די מקומות הקדושים אין פולין, וואס זייער מסירות נפש'דיגן בייטראג פארן נייעם בנין בית המדרש הגדול האט זיי געגעבן די זכות צו זיין פונ'ם רבי'נס נאנטע סוויטע און מיטלעבן א מעת לעת פון פולשטענדיגע תענוג רוחני במחיצת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א וועלכער האט האט שופך שיח געוועהן ביי די קברי צדיקים רבותינו ואבותינו הקדושים זי"ע, לפקוד בדבר ישועה ורחמים.
מיטוואך צופרי האבן די שיירה'ס פון איבעראל, ניו יארק, קאנאדע אין אייראפע דערגרייכט די שטאט קראקא, ארום 10:00 פארמיטאג האט די רבי שליט''א געלאנדעט על אדמת פוילין נאך א דרייצן שעה'דיגן נסיעה פונעם מקום הנופש אין קאליפארניע, די רבי שליט''א מיטן פמליה זענען באלד צוגעפארן צום אכסניא אין די פראכטפולע מעיראט האטעל אין קראקא, וואס איז געווען הערליך און היימיש צוגעגרייט לכבוד האורחים החשובים. ביים אנקומען אין די רבי געגאנגען אין מקוה אין די פראפעזארישע מקוה וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אינעם האטעל, אין דערנאך האט מען געדאווענט שחרית ברוב עם.
נאכמיטאג האט זיך אנגעפאנגן דער עבודת היום, ווען די רבי שליט''א איז אנגעקומען צום נאסטאלגישן בית הכנסת פונעם הייליגן רמ''א וואו מען האט געדאווענט מנחה אינעם עזרת נשים אויפן שטאק. תיכף נאך מנחה איז די רבי אריין אינעם שול אין זיך אוועקגעזעצט ביים ארון הקודש וואו עס איז פארגעקומען א מעמד הכנה ביי וועלכן מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים וואס האט געהויבן דעם אטמאספער. עס האט אויפגעטראטן הרב סענדר אוסטערליץ מיט קורצע דברי הכנה איידערן מתפלל זיין ביי די ציונים הק' אזוי אויך האט ער פארגעלערנט די ערשטע שטיקל פונעם רמ''א. דערנאך איז דער רבי שליט"א מיט די משתתפי הנסיעה ארויס אויפן בית החיים, די רבי איז געשטאנען אויף א פלאטפארמע ביים ציון פונעם רמ''א און געזאגט די טשערנאבילער קאפיטלעך תהילים ביי די מקום מנוחתם פון רבותינו הקדושים גאוני וקדושי עליון זי"ע, די רמ"א, דער מגלה עמוקות, דער ב"ח, די רבי ר' העשיל מקראקא, דער מגיני שלמה, רבי אליעזר אשכנזי בעל מעשי ה', אין דער תוספות יום טוב זי"ע. ביים ענדיגן האט די רבי געזאגט קדיש אין זיך דאן אוועקגעזעצט ביים ציון פונעם רמ''א וואו די רבי האט גענימען קוויטלעך פון די משתתפי הנסיעה אין געליינט די קוויטלעך פון די חסידים מריחוק מקום וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט סכומים הגונים לטובת די נייע ביהמ''ד.
פון דארט איז מען צוגעפארן צום נייעם בית החיים אין קראקא, וואו עס ליגן באערדיגט די הייליגער מאור ושמש, רבי שמעון סופר די קראקא'ווער רב, רבי שמואל גארליצער אין נאך, די רבי שליט''א איז געשטאנען ביים טויער פונעםת בית החיים זייענדיג ארומגענימען מיט די הונדערטער חסידים, אין געזאגט די מזמורי תהילים בהתעוררות רב.
נאכן צוריקקומען פון די בתי חיים אין קראקא, איז דער סקווירא רבי געגאנגען אין מקוה כנהוג, און דערנאך געדאווענט מעריב אין האטעל. נאך מעריב איז געווען צוגעגרייט פארן גאנצן ציבור א ברייטע נאכטמאל און סעודת ראש חודש כיד המלך, און דערנאך איז געווען ספעציעלע זמנים פאר קביעת עתים לתורה, וואו עס איז פארגעקומען די טעגליכע שיעורים פון דף היומי און חבורת עמוד יומי דחסידי סקווירא.
אווענט צייט איז אין האטעל פארגעקומען א גייסטרייכער און עלעגאנטער מעמד קבלת פנים אין אנערקענונג פון די חשוב'ע נדיבים וואס האבן בייגעשטייערט אסטראנאמישע סכומים, פון 100,000$ און העכער, לטובת בנין בית המדרש הגדול והחדש.דער דינער איז געווען א טיף-רירנדע מוזיקאלישע אווענט, אנגעפירט פון דער בארימטער מלכות קאפעליע צוזאמען מיט דיסקווירא משוררים, אין ר' משה דוד ווייסמאנדל וואס האט באנומען די הערצער פון אלע אנוועזנדע.
ניין דרייסיג ביינאכט האט זיך אנגעהויבן די פראכטפולע מעמד, צוערשט האט אויפגעטרעטן הרב יצחק יוסף אונגאר חבר וועד קרן הבנין, און דערנאך האט מען געהערט א דרשה פונעם בארימטן מגיד מישרים ומעורר לבבות ישראל הרב הגאון ר' אברהם מרדכי מלאך, וועלכער האט מיט זיין רייכע לשון לימודים אריינגענומען דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע, באגלייט מיט מוזיקאלישע געזאנג און הארציגע מעלאדיעס.
דערנאך האט הרה"צ ר' אהרן מענדיל בנו הגדול פון סקווירא רבי גערעדט א שמועס און באגריסט אלע פארזאמלטע, נאכן ארומרעדן איבער די געוואלדיגע השפעות וואס קומט ווען מ'העלפט א צדיק מיט געלט, האט ער געלאדענט דעם גאנצן ציבור זיך צו באטייליגן ביי די געהויבענע שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בעוד שלשה שבועות, ווען עס ווערט נמשך א נייע דור ביים רבי'ן שליט"א לשמחת לב די טויזענטער חסידים איבער די גאנצע וועלט.
האלב נאך צען אויפדערנאכט האט מען מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגונים און א ווארעמע ניגון הכנה, דערנאך האט דער רבי דערציילט סיפורי צדיקים, פון די הייליגע צדיקים ביי וועמענס ציון מען האט מתפלל געווען פריער, און וואו מען גייט מתפלל זיין מארגן, ביים הייליגן רמ"א, דער מאור ושמש, דער הייליגער רבי ר' אלימלך, דער ראפשיצער רב זי"ע, און די שייכות פון אדמור"י בית סקווירא צום אור אלטן היסטארישע שטאט קראקא, על אדמת קודש וואו מען געפונט זיך אצינד.
דערנאך האט דער גאנצער ציבור זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה לרגל די שמחת הוואכנאכט פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין ניו יארק, און דער רבי האט פארטיילט מטבעות כנהוג, מטבעות פון די לאקאלע פוילישע וואלוטע.
נאנט צו צוועלף אזייגער אויפדערנאכט האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און דערנאך האט דער רבי געפראוועט דעם ציבור נדיבים מיט די משפחות א לענגערע צייט.
Comments