top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע בוי ארבעט ביים ערשטן שטאק פון ביהמ"ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא אנגעהויבן בשעטומ"צ

דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות האבן חסידי סקווירא ברחבי תבל אויפגענימען די מעלדונג פונעם 'וועד הקמת הבית' אז אין די יעצטיגער טעג האט מען בשעה טובה אנגעהויבן מיט די עבודת הבניה פון די זיבן פראכטפולע דאווען שטיבער בתוככי הבנין החדש ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא.


די מאסיווע קאנסטרוקציע וועט אריינעמען אין זיך דאס גאנצע ערשטע שטאק פונעם נייעם ביהמ"ד, און נעמט אריין אין זיך די זיבן דאווען שטיבער, א לופטיגע קאווע ציבור, און נאך פולע איינריכטונגען לרחוות הציבור, אין צוגאב צו די ריזן פראכטפולע מקוואות וואס איז שוין נתחנך געווארן פארלאפענעם ערב ראש השנה העעל"ט מיט די הילף אין שטיצע פון כלל חסידי סקווירא איבער די וועלט.


די מאסיווע ארבעט וואס האט זיך נארוואס אנגעהויבן, וועט בסייעתא דשמיא ממשיך זיין דורכאויס די קומענדיגע חדשים, מיטן האפענונג צו קענען בקרוב פארענדיגן דעם ערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד הגדול אין קענען פאראויס גיין מיט די בוי ארבעט.
















































Comments


bottom of page