מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
צווישן די פילע געסט ביים הדלקת נר חנוכה, דעם ליל זאת חנוכה, בצלו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א האט זיך אנגעזען דער בארימטער עסקן און מקורב בחצרות מלכים, הרב יהודה קאפלאן, דער אידישער ראטגעבער און געהילף און די נייע טראמפ אדמיניסטראציע, וועלכער איז געקומען ספעציעל צו פארן קיין ארץ ישראל אויף א קורצע נסיעה, איבערצוגעבן די אפיציעלע פערזענליכע איינלאדענונג פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צום היסטארישן באגעגעניש מיט'ן ניי-ערוועלטן אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן חודש, אין מאנאט פעברואר למספרם.
אנקומענדיג קיין ירושלים איז הרב קאפלאן צוערשט אריין אויף א באזוך בקודש פנימה ביים ראש ישיבה, וואו ער האט דעטאלירט אלע פרטים פונעם באזוך, און ווי אזוי אזא סארט באזוך גייט צו בבית המלכות, און דערנאך האט ער זיך משתתף געווען ביים מעמד הדלקת הנרות.
נאכ'ן מעמד איז דער ראש ישיבה געפארן אינאיינעם מיט הרב קאפלאן צום געגנט "רחבי" אין ירושלים, אויף א מעמד הדלקת נרות חנוכה ביי איינע פון די משפחות וואס זייער קינד איז פארכאפט ביי די אראבישע רוצחים אין עזה, דער ראש ישיבה איז געזעצן מיט די משפחה א לענגערע צייט און מרעיף געווען דערקוויקנדע טללי חיזוק אין זייער שווערן מצב.
Hozzászólások