top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חזקו ונתחזקה: אסיפת חיזוק והתעוררות אין חצר הקודש תולדות אהרן

זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

אין ליכט פון א רייע שווערע אומגליקן און די שרעקליכע אבידות וואס ק"ק תולדות אהרן האט געליטן אין די לעצטע וואכן, איז באשטימט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, א יום תפילה והתעוררות, וואו חסידי תולדות אהרן בכל מקומות מושבותיהם האבן זיך פארזאמלט אנשים נשים וטף זיך מחזק צו זיין בענינים הצריכים חיזוק.


איבערהויפט האט די קהילה קדושה תולדות אהרן געליטן ביטערע אבידות ווען ס'איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן צוויי פון די ראשי הקהילה בדמי ימיהם, ה"ה הרה"ח ר' שמואל שישא ז"ל מראשי הנהלת המוסדות און הרה"ח ר' שמעון בראון ז"ל נאמן ביתם פון אדמור"י תולדות אהרן,  וועלכע האבן אויפגעטוהן גדולות ונצורות פארן כלל, און פאר די מוסדות הקדושים, און בנוסף צו דעם איז מען אנגעוואנדן אויף פילע ישועות ברוחניות ובגשמיות, בפרט אין ארצינו הקדושה ולב מי לא יחרד דערזעהנדיג דאס טיפקייט און שוידערליכקייט פון אזויפיל ביטערע טראגעדיעס וואס כלל ישראל גייט אדורך אין די לעצטע צייטן.


ביים גרויסן אסיפת התעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים איז געהערט געווארן דברי התחזקות און דער חובת השעה דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האט געפאדערט פון די חסידים זיך פארצונעמען קבלות טובות און גדרים וסייגים זיך צו דערווייטערן פון די כלים המשחיתים און מחזק צו זיין די עבודת התפילה. דערנאך א פייערדיגע דרשת התעוררות דורכן משפיע מפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וועלכע האט א לענגערע צייט מעורר געוועהן דעם ציבור איבער די סכנה פון די כלים טמאים למיניהם.







Kommentare


bottom of page