דינסטאג פ' ויחי • ז' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעידט: א.פ.ק.
מיט גרויס התרגשות און ערווארטונג האבן חסידי ברסלוב תושבי ביתר אויפגענימען די בשורה טובה וואס איז היינט געמאלדן געווארן מטעם בית פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אז דעם קומענדיגן דאנערשטאג נאכט - ליל עשרה בטבת, בליל הילולא קדישא פון הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע, וועט דער רב שליט"א אפרעכטן די הילולא רבתי במקהלות עם רב אין עיר התורה וחסידות ביתר, וואו עס איז היינט פארהאן א קיימא לן פון איבער צען ברסלובער בתי מדרשים צושפרייט לענגאויס די שטאט.
דאס קומט נאכדעם וואס דעם היינטיגן דינסטאג זענען ארויפגעקומען לביתו נאוה קודש פון הגה"צ רבי מאיר יעקב שליט"א א משלחת כבוד פון רבני ברסלב אין ביתר, וועלכער האט מפציר געווען ביים רב אפצורעכטן די הילולא קדישא פון רבי נתן זי"ע ברוב עם הדרת מלך אין ביתר, צו וואס דער רב שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם, לשמחת לבם פון חסידי ברסלב און די תושבי העיר וואס קוקן ארויס דערויף מיט שטורמישע שפאנונג.
די מעמד קומט פאר אינעם גרויסן ביהמ"ד 'כולל חצות' אין צענטער פון שטאט וואס ווערט אויסגעשטאט מיט טויזנטער זיץ ערטער און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו אקאמאדירן די מקהלות אלפים, וואס וועלן מיטהאלטן דעם התאספות רבתי בהילולת רבי נתן זי"ע וואס איז ביי חסידי ברסלב א זמן קהילה לכל.
ביי די סעודת הילולא וועלן געהערט ווערן נאך דרשות פון משפיעי ברסלב און מגידים שונים, צווישן זיי: המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א, הגה"צ רבי נתן ליבערמענש שליט"א און נאך.
Comments