top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן אין ביהמ"ד צאנז-קלויזנבורג אין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגאנעם זונטאג פרשת בעהלותך איז פארגעקומען א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה בחוצות וויליאמסבורג המעטירה פונעם שטוב פון הרה"ח מוה"ר משה ווידער הי"ו מחשובי גבאי ביהמ"ד צאנז- קלויזענבוירג צום ביהמ"ד צאנז קלויזענבוירג וואס געפינט זיך אין וויליאמסבורג אויף לי עוו.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן ארום זונטאג מיטאג דריי אזייגער ווען א גרויסער עולם איז געקומען שרייבן אותיות אינעם שטוב פונעם נדבן הר"ר משה ווידער הי"ו בן הרה"צ רבי פנחס ווידער שליט"א גאב"ד לינז וויליאמסבורג. ארום זעקס אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבוירג שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון זיין פלומעניק דער חשובער נדבן הי"ו מלובש בבגדי שבת ויו"ט לכבוד המאורע און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות פון די ס"ת.


דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן דעם חשובן נדבן הי"ו מיט כל הברכות האמורות בתורה, ווי אויך דער חשובער שוואגער לינדז'ע רב שליט"א. דער לינז'ער רב שליט"א איז געגאנגען הגבה, דער גאנצער עולם האט אויסגעבראכן אין פרייליכע געזאנגען. דער רבי שליט"א האט אנגעטוהן דעם כתר תורה אויף די נייע ספר תורה און אנגעהויבן ארויסצופירן די נייע ספר תורה אויף די גאסן.


אויף די גאס איז די תהלוכה געפארן פון סאוט אכט סט, ביזן קלויזענבוירג'ער ביהמ"ד ווען דאס גאנצע לי עוו. איז דערביי אפגעשפארט געוואָ רן לכבוד די חגיגה. דער רבי שליט"א האט באגלייט דעם גאנצן וועג בשירה וזמרה, צענדליגע רבני העיר האבן זיך משתתף געווען במשך די תהלוכה. די קינדער תשב"ר האבן געהאלטן פאקלן, אבוקות של אש לכבוד די שמחת התורה.


ווי נאר דאס נייע ספר תורה האט זיך באוויזן אינעם היכל הביהמ"ד האט זיך דאס ביהמ"ד ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין של שמחה. ווען דער רבי שליט"א לויפט ארום דאס ביהמ"ד און איז מפזז ומכרכר בשמחת התורה דער גאנצער עולם וועלכע פילן דאס ביהמ"ד מהחל על כלה, ווען אלע פארענטשטעס זענען איבערגעפילט מיט די מתפללי ביהמ"ד, בני משפחה, ידידים וחסידים, וועלכע טאנצן בהתלהבות בקול רנה ותודה המון חוגג.


דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה אנכאפנעדיג דעם נדיב מוה"ר משה הי"ו. דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן די ספר תורה פאר גיסו הרה"צ אדמו"ר מצאנז – זוויהל שליט"א, דערנאך פאר גיסו הרה"צ מלינז וומסב"ג שליט"א. דערנאך האבן געטאנצן די בני משפחה, וחברים וידידים און נאך.


נאך א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט דעם קאפי' 'לדוד מזמור' מיט גרויס התרוממות הנפש. דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויף אויפן אויבערשטן שטאק וואו דער רבי שליט"א האט געדאַ ווענט תפילת מנחה במקום שהתפלל בו אביו כ"ק אדמו"ר בעל שפע חיים מצאנז קלויזענברויג זצוק"ל.


נאכדעם איז דער רבי שליט"א אראפגעקומען אין ביהמ"ד וואו דער גאנצער עולם איז אריבער זיך וואונטשן ביים רבין שליט"א. נאך תפילת ערבית איז פארגעקומען די סעודת מצוה אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס. דער רבי שליט"א איז אריבער געקומען צו די סעודת מצוה. דער רבי שליט"א האט געטרינקן לחיים און אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר איבער א שעה צייט בענין כתיבת ספר תורה. און צום שלוס האט דער רבי שליט"א גערעדט בשבחו פונעם חשובן גבאי הקהילה הר"ר משה ווידער הי"ו דער חשובער נדבן פונעם ספר תורה. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין ביז אין די שפעטע נאכט שעות.




































Comments


bottom of page