top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שינויים צום היי יאריגן הילולא אין קארלין סטאלין אין ליכט פון אנגעצויגענער מצב אין ארץ ישראל

זונטאג פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


בחצר הקודש קארלין סטאלין איז געמאלדן געווארן איבער פארשידענע שינויים צום היי יאריגע יומא דהילולא פונעם פריערדיגן רבי'ן הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע אין טאג פון כ''א כסליו וואס ווערט אפגעראכטן יאר יערליך מבואו ועד צאתו אין עיר הקודש טבריה מקום מנוחת כבודו פונעם בעל ההילולא, בצל הקודש פון נכדו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.


צוליב די מצב המלחמה וועט די עריכת שולחן הטהור לכבוד די הילולא קדישא געפראוועט ווערן אין חצר הקודש אין גבעת זאב, בלויז פאר די חסידים תושבי גבעת זאב, און די זקני החסידים פון פופציג יאהר אין העכער, צומארגנס וועט פארקומען די מעמד עליה לציון הקדוש אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה אויף א באשיידענעם אופן בלויז מיט די חסידים תושבי עיה"ק טבריה. אנדערש וואו אלע יאהרן וועלן די חסידים פון אנדערע שטעט און בחורי הישיבות הקדושות נישט ארויספארן קיין טבריה און וועלן מיטהאלטן די מעמדים לעבעדיג דורך א לייוו הוקאפ אין די בתי מדרשים והיכלי הישיבות הקדושות.


נאכמיטאג וועלן פארקומען די יערליכע מעמדי החלאקע'ס אין אתרא קדישא מירון אן די השתתפות פון רבי'ן שליט"א.

אין אנדערע נייעס איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א לקראת די ימי החנוכה המשמשין ובאין, אז די בחורים זאלן צינדן די נרות אין די ישיבות און ממשיך זיין מיט די סדרי הלימוד ווי געווענדליך, אנדערש ווי אלע יאהרן וואס די בחורים פלעגן אהיימפארן צום הדלקת נר חנוכה.



Comentarios


bottom of page