top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הֵחֵל לִבְנוֹת: אריכטעקט ווערק אנגעהויבן ביים מאסיוון פראיעקט פון ביהמ"ד הגדול והחדש תולדות אהרן אין ירושלים

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער'ן מאסיוון פראיעקט פונעם אויפבוי פון א נייעם בית גדול וקדוש, מרכז העולמי דחסידי תולדות אהרן אין ירושלים עיה"ק, איז די היינטיגע וואך אנגעקומען די פריידיגע לאנג ערווארטעטע מאמענט פון פאקטישע אריינטריט אינעם פרק הבונה, לשמחת לבם פון די טויזנטער חסידים.


נאך לענגערע חדשים פון צוגרייטונגען און העפטיגע שתדלנות צו ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, איז די היינטיגע וואך מאנטאג שלח פארגעקומען א לענגערע באזוך דורך א גרופע בוי מייסטער און ארכיטעקטן, אין שפיץ פונעם לעגענדארטן ארכיטעקט ריז הרה"ח ר' אהרן אסטרייכער, וועלכע זענען באזוכט לענגאויס אלע שטאקן פונעם עקזיסטירנדן בנין ביהמ"ד הגדול, אין באגלייטונג פון די חברי ועד קרן הבנין, אין שפיץ פונעם יו"ר הועד הרה"ח ר' יוסף קדיש קרישעווסקי.


נאכ'ן גרינטליך איבערזיכטן דעם צושטאנד פונעם בנין און אלע דעטאלן ארום, איז מען אריבער צום ביורא פון די קהלה וואו מ'איז אריבער אלע געזאמלטע אינפארמאציע, אין צוגרייטונג צו מאכן די ענדגילטיגע החלטה ווי אזוי אויסצופירן דעם פראיעקט מכח אל הפועל, וואס מ'האפט אין די קומענדיגע נאנטע תקופה ארויסצוקומען צום ציבור מיט די פארטיגע פלענער פונעם בנין החדש והאדיר, וואס וועט קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם פון פילע טויזנטער חסידים מסתופפים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


אין אנדערע נייעס אנבאלאנגט דעם פראיעקט, קומען פאר אקטיווע באראטונגען צווישן די חברי ועד קרן הבנין מיט די הנהלת המוסדות, אפירצוזוכן א פאסיגע צייטווייליגע אכסניא של תורה, פאר די כיתות פון די תלמוד תורה וואס זענען פלאצירט אינעם חלק הישן פונעם בנין ביהמ"ד הגדול. ווי אויך באהאנדלט מען פארשידענע אפציעס וואו אריבערצופירן די ספרי קודש און אנדערע חפצים וואס געפינען זיך אינעם חלק הישן, און ווי אויך די פארשידענע צימערן, ווי היכל הכנסת אורחים, פת שחרית, וואו טויזנטער אידן זענען טעגליך נהנה, וואס זיי געפינען זיך אינעם חלק הישן, און מ'זוכט א פאסיגע פלאץ וואו דאס אריבערצופירן אויף משך די תקופה ווען מ'וועט איינווארפן דעם שטח הישן און אויף דעם ארט אויפשטעלן דעם גיגאטנישן בנין אדיר ונהדר לממלכת תורה וחסידות פון ק"ק תולדות אהרן.



bottom of page