top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטווערפען לובשת חג • הכנה דרבה אין שטאט אנטווערפען צו גרויסע רבישע חתונה בשמחת בית וויז'ניץ וויליאמסבורג

מיטוואך פ' תצוה • י"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


די שטאט אנטווערפן איז לובשת חג, איבערהויפט כלל חסידי וויזניץ תושבי העיר וועלכע גרייטן זיך צו אנטפאנגען בכבוד הראוי דעם חשובן גאסט, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער געפונט זיך שוין על אם הדרך אונטערוועגנס צו א געהויבענע נסיעה אין שטאט אנטווערפן, לפאר על ראש שמחתו צו באשיינען די שמחת החתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג אין אנטווערפן.


די געהויבענע נסיעה ברענגט אויף נאסטאלגישע געגועים און התרגשות ביי הונדערטער וויזניצע חסידים און כלל תושבי העיר, ווען מ'וועט זוכה זיין מיטצולעבן א גרויסע רבישע חתונה אין שטאט, א שמחה גדולה וואס מאכט זיך היבש זעלטן אינעם ווייטן בעלגיע, איבערהויפט אין בעפארגרייטונג צו די געהויבענע וויזניצע שבת וואס דער רבי וועט פראווענען אין שטאט אנטווערפן, צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת מיט זעקס יאר צוריק.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן אין באגלייטונג פון א פמליא נכבדה צוזאמען מיט הונדערטער חסידים וואס קומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה ביים רבי'ן, עת כלולת נכדו היקר החתן בן לחתנו הגה"צ ר' דוד טווערסקי, בן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אהרן גרינפעלד שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמעון אברהם גרינפעלד שליט"א רב דקהל חסידים אין אנטווערפן.


היינט נאכמיטאג האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, וואו די בחורי הישיבות האבן זיך געזעגענט און געוואונטשן דעם רבי'ן לחיים ולשלום, מארגן פארטאגס וועט דעם רבינ'ס פליגער לאנדן אין לופטפעלד אין בריסל בעלגיע, און פון דארט וועט דער רבי צופארן לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' דוד אברהם גוטמאן הי"ו.


דורכאויס די באזוך וועט דער רבי שליט"א אפשטאטן באזוכן בבתי אדמור"י ורבני העיר, אויפטרעטן מיט שמועסן בהיכלי הישיבות והכוללים, און אויפנעמען דעם ציבור מיט קוויטלעך בבית האכסניא. מארגן מיטוואך אויפדערנאכט וועט געפראוועט ווערן די חתן מאהל אין די וויזניצע בית המדרש אויף די בריאמאנטעליי גאס, און דורכאויס די וואך וועט דער רבי דאווענען די תפילות דארט אין וויזניצע בית המדרש.


פארנט פון ביהמ"ד וויזניץ און פארנט פון די אכסניא איז פאכמאניש געהאנגען געווארן לעמפעלעך באצירט מיט בכבוד'דיגע פלאקאטן, א געלונגענע וועד העסקנים פון חסידי וויזניץ אין אנטווערפן, ובראשם העסקן הנמרץ לכל קדשי בית וויזניץ אין אנטווערפן ר' משולם זלמן ראזענבערג הי"ו, ארבעטן פיבערהאפטיג רונדע דעם זייגער צו פלאצירן די הונדערטער געסט, אש"ל מלא, אלע דעטאלן פון די נסיעה על צד היותר טוב, און די אלע מעמדי השמחה ברוב פאר והדר.


דאנערשטאג ביום החופה וועט דער רבי דאווענען שחרית אין וויזניצע בית המדרש, נאכמיטאג וועט פארקומען די מעמד קבלת פנים בין כותלי בית המדרש, נאכגעפאלגט מיט די מעמד החופה ברחובות העיר אויף די בריאמאנטעליי גאס פארנט פון וויזניצע בית המדרש.


די שמחת החתונה די סעודה און די ריקודין וועט געפראוועט ווערן ברוב עם הדרת מלך אין די בית רחל זאלן אין שטאט, די חתונה פאר די נשים וועט פארקומען אין די זאל פון כתר מלכות.


שבת קודש וועט דער רבי פראווענען אויף א גייסטרייכע פארנעם בקרב תושבי העיר אינאיינעם מיט הונדערטער געסט, די תפילות וועלן פארקומען אין די גרויסע אוסטען שוהל, און די טישן אין די זאל פון בית רחל, מוצאי שבת וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורכ'ן רבי'ן און די קהילה, אין די בעלזא זאל אין שטאט, בהשתתפות אדמור"י ורבני העיר.


לכבוד די שמחה קומט אויך צו פארן דער געהויבענער זיידע כ"ק אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, אזוי אויך ערווארט מען די השתתפות פונעם געהויבענעם פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וועט קומען צו פארן אויף א בליץ באזוך קיין אנטווערפן, זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה פון אחיו הגדול דער רבי פון וויליאמסבורג, און גיסו הגדול דער ראחמיסטריווקא רב שליט"א.


אזוי אויך איז ערווארטעט א גרויסע ציבור חסידי וויזניץ פון לאנדאן, וואס קומען צו פארן מיטהאלטן די חתונה און די שבת דערנאך, ספעציעלע באסעס וועלן ארויספארן דאנערשטאג ביום החופה אינדערפרי פון לאנדאן, כדי אנצוקומען צו די חתונה באצייטנס.

















Comments


bottom of page