top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטוינענדע געשיכטע דערציילט דורך הרב גראסמאן רב פון מגדל העמק ביי באזוך ביי האד' מצאנז

מוצאי שבת לך לך • ח' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: א. אייזנבאך‎

 

די וואך האט הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א רב מגדל העמק באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וויילנדיג אין קרית צאנז אויף אפרוה, ער איז אויסגעדרוקט זיין התפעלות פונעם תורה'דיגע יישוב אין קרית צאנז און איבערגעגעבן א גרויס פון זיין באזוך אינעם לאניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, בתוך הדברים ביים לענגערן וויזיט האט דער רב דערציילט א שטוינענדע געשיכטע - בדידי הווה עובדא וואס האט פאסירט ביים ביטערן צווייטע וועלט קריג, וואס ברענגט שטארק ארויס די ענין פון השגחה פרטית, שטייענדיג אכציג יאר שפעטער.


דער רב האט דערציילט פארן רבי'ן , וואס דער מעיאר פון גליל התחתון האט אים דערציילט, אז לעצטענס איז ער געפארן קיין דייטשלאנד אויף א באזוך מיט נאך עטליכע הויכראנגיגע פאליטיקאנטן און ער איז פארבעטן געווארן אויפצוטרעטן מיט א רעדע אינעם ארטיגן פארלימענט אין דייטשלאנד. נאך זיין רעדע איז צוגעקומען צו אים איינע פון די ערוועלטע באאמטע און האט אים געזאגט אז ער וויל רעדן מיט אים פריוואט.


יענער האט דערציילט, אז זיין פאטער איז לעצטענס געשטארבן און אין זיינע לעצטע טעג האט ער דערציילט אז ער איז געווען איינע פון די גרויסע קאמאנדירן ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג, און איינע פון זיינע אויפגאבעס איז געווען אפצוברענען בתי מדרשים רח"ל. זייענדיג נייגעריג פארוואס די בתי מדרשים זענען אזוי חשוב, אז דוקא דאס דארף מען פארברענען, איז ער אריין אין א געוויסן ביהמ"ד ביים גרעניץ צווישן רוסלאנד און פוילין און ער האט דארט געזען א שיינע קאסטן כלשונו, אן ארון קודש, איז ער צוגעגאנגען און עס געעפענט און דארט געטראפן א ספר תורה פון קלף.


דערזעענדיג דעם ספר תורה פון פארמעט האט ער געקלערט ביי זיך, אז ער האט שוין לאנג געוואלט האבן א האלטער פאר זיין סערטיפיקאט וואס ער פארמאגט דינענדיג אין מיליטער, און דער שטיקל פארמעט זעהט אויס צו זיין גאר געאייגענט דערפאר. איז ער געגאנגען און רח"ל אראפגעשניטן א שטיקל פון די ספר תורה און דאס גענוצט פאר זיך. האט זיין פאטער אויסגעפירט, אז אצינד איידער ער שטארבט, וויל ער אז מ'זאל צוריקגעבן דעם שטיקל פארמעט פאר די אידן אין ארץ ישראל.


דערביי האט הרב גראסמאן ארויסגענומען דעם שטיקל פארמעט און לפלא איז עס אויסגעשניטן ביי די תוכחה ווי די תורה זאגט די ווערטער: ליראה את ה' אלקיך והפלא ה' וגו' ונשארתם מתי מעט ונקח את ארצנו.


הרב גראסמאן האט דאס איבערגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז שטארק נתרגש געווארן זעענדיג דעם גילוי און אפענעם השגחה פרטית, און געזאגט, אז די תוכחה איז שוין נתקיים געווארן און אצינד ווארט מען עס זאל בקרוב נתקיים געווען די פסוקים פון די גאולה שלימה.




Comments


bottom of page