top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר מקדושים: הרה"צ רבי חיים שלום אייזיקסאהן זצ"ל נאדווערנע רבי פון פילידעלפיע נפטר געווארן בשיבה טובה

דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: אין פילאדעלפיע איז היינט נפטר געווארן האי גאון וצדיק בנן של קדושים רבי חיים שלום אייזיקסאהן זצ"ל באקאנט אלס די נאדווערנע רבי פון פילידעלפיע, נצר לקדושי עליון, א אייניקל פון צדיקי בית נדבורנא - קרעטשניף ולמעלה בקודש, וועלכער איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון פינעף און אכציג יאר.


דער רבי איז געוועהן א זוהן פון הרה"צ רבי מאיר אייזיקסאהן זצ"ל מרומאן פילאדעלפיע בעל שו"ת 'מבשר טוב', חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי איתמר'ל מנדבורנא זי"ע, זיין טאטע'ס טאטע הרה"צ ר' שלמה אייזיקסאהן זצ"ל מרומאן, איז געווען א א איידעם ביי הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע, א זון פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדווערנע זי"ע.


דער רבי זצ"ל האט לאנגע יארן האט ער געוואוינט אין פילידעלפיע, וואו ער האט אנגעפירט זיין בית המדרש "בית שלמה", אויפן נאדווערנע שטייגער, זייענדיג באקאנט און באליבט ביי פילע אידן. יעצט נאכמיטאג איז דער רבי נפטר געווארן לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג א דור ישרים מבורך, איינער פון זיינע געשוויסטער איז יבלחט"א הרבנית מקליוואלנד תליט"א אלמנת כ"ק אדמו"ר מקליוולאנד זצ"ל פון רעננה.


די לוי' גייט ארויס מארגן מיטוואך 11:00 פארמיטאג פון בית מדרשו "בית שלמה" אויף די טאמליסאן גאס אין פילידעלפיע אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן חלקת אגודת ישראל.


Comments


bottom of page