top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי טוב סחרה מכל סחורה • האד' מטשערנאביל צווישן די הונדערטער לומדים ביים גראנדיעזן עי-טיים יום הש"ס

מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט, יוסי גאלדבערגער

 

דעם פארגאנגענעם מיטוואך פרשת חקת איז פארגעקומען דעם היסטארישן עי-טיים יום הש"ס וואו אריבער 600 לומדים זענען זיך צוזאמגעקומען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס אונטער איין דאך אין בלויז 5 שעות רצופות לזכותם פון הונדערטער חשוכי בנים המצפים לישועה.


דער דערהויבענע יום שכולו תורה האט זיך אנגעהויבן 10:30 אינדערפרי און האט זיך געצויגן ביז 10 אזייגער ביינאכט, וואו אין צוגאב צו די פינף שעות פון לימוד התורה ברצופות האבן די לומדים מתפלל געווען א תפילת רבים לבקש רחמים אויף די חשוכי בנים, דער טאג גע'ענדיגט מיט אן רייכן סיום הש"ס, דורך די הונדערטער לומדים, זקנים, בעלי בתים, און אברכים, וואס האבן איבערגעלאזט זייערע פרנסות, משפחות, און פערזענליכע באשעפטיגונגען, און מקדיש געווען דעם גאנצן טאג פאר לימוד התורה לזכותם פון הונדערטער חשוכי בנים.


א זעלטענע מחזה האט זיך אפגעשפילט, ווען כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האט זיך באטייליגט ביים גראנדיעזן יום הש"ס, און אליינס עוסק געווען בתורה צווישן די הונדערטער לומדים. די רבי שליט"א איז געלאדענט געווארן דורך די עסקנים פון 'עי טיים' צו משמיע זיין דברי ברכה ביים יערליכן מעמד סיום הש"ס. אנגעקומענדיג צום האטעל אין ניו דזשערסי ווי די מעמד איז פארגעקומען, איז דער טשערנאבילער רבי באלד געווארן צוגעפירט צו א זייטיגע שטוב ווי דער רבי שליט"א האט זיך געזאלט אויפהאלטן ביזן סיום, אבער נאך עטליכע מינוט האט זיך די רבי שליט"א אויסגעדרוקט אז ער וויל אויך אליינס מיטהאלטן און זיין א חלק פון דעם סדר הלימוד בעפאר די סיום. דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם בית המדרש אינעם האטעל ווי הונדערטער אידן זענען געזעצן און געלערנט ברציפות, די רבי האט זיך צוגעזעצט מיטן ציבור און עוסק געוועהן בתורה בחברותא מיט הרב שאול ראזען שליט"א מנהל ומייסד 'עי טיים'. 


צום שלוס פון די סדר הלימוד האט הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר סאוט אכט, ומרבני עי טיים, אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מאכן דעם סיום הש"ס און זאגן די הדרן, דער רבי שליט"א האט מסיים געוועהן ש"ס און געזאגט קדיש מיט גרויס התעוררות. נאכן סיום איז די רבי פארבעטן געווארן צו משמיע זיין ברכת הקודש און דברי חיזוק פאר אלע משתתפים און פאר די אידן המצפים לישועה. דערנאך האט זיך די גאנצע אויבן אן אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה לגומרה של תורה.



Comments


bottom of page