דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטונגען ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר'ן קאמף קעגן די גזירת החינוך, און אויך פאר דירות פאר'ן ציבור, איז דעם מאנטאג פארגעקומען צוויי באזונדערע זיצונגען מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
פארמיטאג שעה'ן איז אריין בקודש פנימה קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון בארא פארק, אין באגלייטונג פון די ראשי הנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווידער - ראש הקהל צו די בעפארשטייענדע וואלן, מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גזירה, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעס וואס איז בידם, און ער האט פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס אנבאלאנגט די גזירת החינוך צו צעשטערן די גזירה, ביים ענדע האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
שפעטער נאכמיטאג איז אריין סטעיט סענאטער 'דזשעימס סקופס' אינאיינעם מיט'ן אסעמבלימאן פון קרית יואל געגנט 'קריס עיקוס' אין באגלייטונג פון העסקן ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו, און די ראשי הנהלת העיר לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, די רבי האט ווידער ארויפגעברענט די ברענעדיגע נושא פון די גזירת החינוך וואס מען האט דורכגעטוהן א לענגערע וויילע, און די רבי האט נאכאמאל אויפגעפאדערט ער זאל שטיין צו הילף צו די חרדי'שע אידנטום, אלעס ארויסצוהעלפן צעשטערן די גזירת החינוך, דערנאך האט מען ארומגערעדט איבער די שטאט קרית יואל, מיט וואס ער קען בייהילפיג זיין פאר די תושבי העיר, און בפרט איבער די ביליגע דירות, און די רבי שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו צו די בעפארשטייענדע וואלן.
Comentários