top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הרבני הנגיד ר' ראובן שאראן הי"ו פון פלעטבוש בקודש פנימה ביי האד' מסאטמאר אין מחנה דברי יואל וואו דער נגיד האט איבערגעלאזט א ריזן סכום פארן תורה'דיגן חבורת זכרו שע"י ק"ק סאטמאר.

האד' מוויז'ניץ בנאות דשא אין שווייץ שפאצירנדיג מיטן גבאי'ן הרב בעריש געפנער הי"ו.

האד' מראחמיסטריווקא כאפט א בליק אין שפיגל אויב דער של ראש איז אינדערמיטן, לייגנדיג תפילין דרבינו תם, זייענדיג אונטערוועגנס ביים באזוך פאריגע וואך אין לאנדאן.

האד' מניקלשבורג ביים מכבד זיין דער משמח אלוקים ואנשים די יארמע רב שליט"א מיט א בכבודיגן רבישע שטול נאכדעם וואס די רבי האט זיך דערוויסט אז דער רב שליט"א איז אנגעקומען דאווענען שחרית אין כלל ישראל'ס שול אין וואודבערן.


באזוך די וואך פון (נאכגעמאכטע) "פרעזידענט טראמפ יר"ה" אין דעי קעמפ מחנה 'שדה ברכה' קלויזענבורג לעיקוואד...

בחורים אין ישיבה לאכן זיך אויס פון שטרענגע ווארענונגען מצד דעם מדינת ישראל מיליטער אז זיי זאלן זיך שוין איינגעבן צום לשכת הגיוס, דערביי הענגענדיג א שולד וועלכע פראקלאמירט אז קיינער גייט נישט אין ערגעץ.

הרה"צ ר' שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא טרעט אויף מיט דברי הספד ביים לוי' פון ידידו האברך החשוב ר' חנניה גראס ע"ה וואס איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן דעם תשעה באב.

עומדים על הפקודים: הרב נטע יצחק שארף און הרב בעריש געפנער משמשים בקודש ביי האד' מוויזניץ ביי תפילת מנחה דעם תשעה באב אין מאלויע שווייץ וואו די וויזניצער רבי שליט"א וויילט אויף אפרוה אין די יעצטיגער זומער חדשים.

שלום עליכם מאמענט! די בארימטע מאמענט מאגעזין ברייטערט זיך אויס מיט נייע שרייבערס מהנה צו זיין כלל ישראל וועכענטליך מיט ערליכע אידישע ליטעראטור.

הרה"ח ר' פסח לעמבערגער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא באזוכט ביי האד' מליסקא, ביים איבערגעבן א מכתב תנוחמים וואס האד' מבעלזא האט געשיקט על פטירת הרבנית ע"ה.

הרה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט אויף א באזוך אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אין בארא פארק נאכן ארוחות ערב דורך די הנהלת המוסדות, פאר אלע נדיבים וואס האבן זיך שוין דערווייל אנגעשלאסן אינעם מגבית קרן הבנין.

הגאון הישיש רבי אביגדור נבצאל רב פון אלט שטאט ירושלים, ביים עפענען אלע באטלעך און געטראנקען בעפאר שבת, נישט נכשל צו ווערן מיט קיין חשש חילול שבת.

האד' ממעזיבוז רייטנדיג אויף פערד און וואגן אויף די געסערליך אין בעלזא - אוקריינע.

האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) ביים סעודת הברית לבן הנולד ביי העסקן ר' ישראל בער רייזמאן הי"ו , דער רבי ביים וואונטשן מזל טוב פארן פעטער הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א).

האד' מסאטמאר ביים טעלעפאניש מנחם אבל זיין האד' מליסקא נאך די פטירה פון הרבנית מליסקא ע"ה.

ביים באזוך די וואך פון האד' מסקולען מאנסי ביי ידיד נעוריו האד' משענדישוב אין מאנסי, וואס האט זיך פארצויגן אריבער דריי שעה שמועסנדיג דברי תורה און סיפורי צדיקים.

האד' ממודזיץ באזוכט אין די ספרדישע מוסדות המאיר לארץ בנשיאות הגאון רבי ישראל אברג'ל אין שטאט נתיבות.

תלמידי ישיבת מחנובקא בעלזא אין בני ברק במעונו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א וואו די בחורים האבן זיך פארהערט אויף גאנץ מסכת בבא קמא.

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב איז מקונן אויפן חורבן ביים קבר רחל אמנו נאכן אויפטערטן מיטן יערליכע דרשה ליל תשעה באב אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

פארשריט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי סאטמאר אויף גארפיעלד אין קרית יואל.

האד' משאץ אשדוד ביי אמירת קינות אינעם בית חב"ד אין שאנחיי כינע וואו די רבי וויילט לצרכי כשרות, שטייענדיג אין שפיץ פון די הכשר בד"ץ שאץ, און האט געפראוועט דעם תשעב באב אינאיינעם מיט אנדערע אידן וואס געפונען זיך דארט אויף ביזנעס צוועקן.

האדמו"ר מקאסוב אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא, וועלכע האט ווארים אנגעווינטשן דעם רבין לרגל דאס איבערנעמען די כתר האדמורות.

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים פארזינגען זיין ניגון 'יומם יצוה' ביי א באזוך די וואך פון ההאד' מטעמישוואר ביים רב.

האד' מסאדיגורא ביים מקונן זיין אויפן חורבן בית המקדש וויילנדיג אויף אפרוה אין אראזא שווייץ.

הודעה ובקשה בביתו מדרשו פון האד' מבערגסאז אין פתח תקוה.

האד' מזידיטשוב שיקאגו שליט"א אויף א תפילה ציון הק' פון הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס לקראת די חתונה פון א קינד.

הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים שליט"א ביים קלאגן אויפן חורבן הבית דעם תשעה באב בהיכל ישיבתו אין ירושלים עיה"ק.

 


רירנדע מאניפעסטאציע פון הכרת הטוב פארגעקומען דעם זונטאג ביי קרי"ש ליינען פאר בן הנולד למזל טוב ביי הנדיב הרה״ח ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו, עמוד התווך פון מוסדות סאטמאר קרית יואל ובפרט למען הרחבת גבולי הקדושה ווען די הונדערטער צאן קדשים תלמידי כתה א', אנגעפירט דורך די געטרייע מלמדים און מנהלים, זענען אריבער צו ליינען קריאת שמע במעון ביתו, און בהבל פיהם של תשב״ר איבערגעלאזט הייליגע ברכות לו ולמשפחתו ולזרעו עד עולם!.


א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב ר' אברהם צימענט הי"ו זוהן פון הרה"ח ר' משה יוסף צימענט הי"ו משב"ק האד' מתולדות אהרן, לרגל שמחת הולדת הבת, שמחה ונחת!


Comments


bottom of page