top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עולו ואתכנשו • אלפי חסידי באבוב 45 ביי סעודת הילולא פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זיע"א

מאנטאג פ' ויקהל • י"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט אן אויסטערלישע ההתרגשות האבן טויזענטער חסידים ואנשי מעשה דעם פארגאנגענעם מיטוואך אור ליום י"ב אדר העעל"ט, מיטגעהאלטן די סעודת ההילולא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, אין שפיץ פון חתנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


דאס יאר תשפ"ה איז אפגעצייכנט געווארן דאס 20'טע יארצייט פונעם באבובער רב זצוק"ל, וואס איז ליידער נסתלק געווארן ביום י"ב אדר תשס"ה, לדאבון לב כל בית ישראל ובפרט די טויזנטער חסידי באבוב איבער דער וועלט.


די סעודת הילולא רבתי איז אפגעהאלטן געווארן, אין בית המדרש הגדול באבוב-45, און איז באזונדער באשיינט געווען מיט דער הערליכער בימת הכבוד וועלכעס איז געווען פול מיט די אדמו"ים ורבנים חשובים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


דער געהויבענער מעמד, וועלכע דינט אלע יארן אלס דער זמן קהילה לכל, איז אויך דאס יאר פאראיבער גאר התרוממות'דיג אין אן הייליגע שטימונג. דורכאויס די סעודה זענען געזונגען געווארן ניגוני התעוררות וואס ווערן געזונגען ביי די יומי דהילולא בחצר בית באבוב.


נאכן טרינקן לחיים האט דער רבי שליט"א מיט ווארימע ברכות אנגעוואונטשן די גאנצע עדה קדושה און הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא, ווען באלד דערנאך האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם התחלת הש"ס, וואס וועט ווידער פארענדיגט ווערן צום קומענדיגן יומא דהילולא שנת תשפ"ו הבעל"ט.


מיט א יראת הכבוד האט מען זיך איינגעהערט צו די תוכנ'ספולע דרשה פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, נאך די דרשה האט מען ווייטער געזונגען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די דברות קודש לרגל ההילולא קדישא. דער רבי שליט"א האט מתבל געווען דברי אגדה ודרוש און כדרכו ארומגערעדט מגדולתו של אותו צדיק אמת באגלייט מיט זכרונות ימי קדם בהלו נרו על ראשינו.


בתוןך דבריו האט דער רבי ארויסגעהויבן לשבח די כבוד שמים נאכן גרויסארטיגן אסיפה "ורוממתנו" וואס האט אזוי שטארק עושה רושם געווען ביים גאנצן ציבור און אזויפיל אידן האבן זיך מקבל געוועהן קבלות טובות בעניני צניעות.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און נאכ'ן בענטשן האט זיך דער גאנצער עולם געשלענגלט א לענגערע צייט אדורכצוגיין אויפ'ן אויבנאן פאר ברכת לחיים.


צווישן די פילע רבנים אויפן אויבן אן האבן באשיינט האדמור"ים והרבנים מבית חיים יהושע, סערדאהעלי, טענקא, פאפא בארא פארק, דעעש, אב"ד זרע קודש ור"י בית מאיר, חאמעלניק, טארנאפאל, מראה יחזקאל, הרה"ג רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ סאטמאר 15 ב"פ, הגה"צ רבי שמעיה לעוו נשיא מוסדות תפארת אליעזר, און נאך.


אין טאג פון דער יומא דהילולא מיטוואך י"ב אדר העעל"ט, האבן טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געשטראמט צום ציון הק', אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי.


פארמיטאג זענען איבערגעפולטע באסעס ארויסגעפארן צום וועג צום ציון בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, ביים ציון הק' האט דער רבי שליט"א כנהוג פארגעזאגט די ח"י קאפיטלאך תהלים בקול רם מיט גרויס התרגשות, בפרט ביי די הארציגער "יהי רצון" וועלכע האבן בוקע רקיעים געווען. נאך תהלים האט דעם רבינס זוהן הרה"ג ר' יוסף אונגער שליט"א געזאגט דעם קדיש, און הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט פארגעלערנט משניות.


דאן האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' א לענגערע צייט, און דערנאך זיך געזעצט ביים ציון הק' און געליינט די פילע קוויטלעך פון די חסידים אויסצובעטן ישועתן של ישראל בכלל ובפרט, ווי אויך האט דער רבי געדלאדענט די אבות הקדושים צו די בעפארשטייענדע חתונה פון אן אייניקל די וואך פ' ויקהל. באזונדער האט מען איבערגעגעבן א קוויטל לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה. שפעטער אין טאג האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן דעם וויזניצער רבי'ן שליט"א א רפואה שלימה און די רבי'ס האבן קורץ ארומגעשמועסט פונעם גרויסן בעל ההילולא זכותו יגן עלינו.


אזוי אויך זענען פארגעקומען סעודות הילולא אין די בתי מדרשים דחסידי באבוב 45 בכל אתר ואתר, ווי די חסידים האבןזיך מייחד געווען בזכרו הק' פונעם בעל הילולא, ארומגערעדט בדברי תורתו און פארציילט עובדות וסיפורים מקדושתו ועבודתו. אין ארץ ישראל איז געפראוועט געווארן די סעודת הילולא אין די בית ישראל זאל אין ירושלים בהשתתפות פון הינדערטער חסידים בראשות הגה"צ רבי יחזקאל אונגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכע איז געקומען צופארן בשליחות הקודש פון אביו הגדול.












































































Comments


bottom of page