top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע געפראוועט ביים פורים טיש בצל בנו ראש הישיבה הגר"ש אלתר

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס התעוררות איז ביי חסידי גור ברחבי תבל, אפגעראכטן געווארן דער יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל פני מנחם מגור זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים מוצאי פורים דמוקפין אור לט"ז אדר אין יאהר תשנ"ו.


דורכאויס שבת בצלו פון בנו ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, און איבערהויפט ביי ביי שלש סעודות האט דער ראש הישיבה שליט"א מעורר געוועהן זכותו הגדול פונעם בעל ההילולא אריינטרעטנדיג אינעם יארצייט. שב"ק איז אויך געפראוועט געווארן דער שבת של שמחה, די באווארפן לקראת די חתונה פון די ערשטע אייניקל ביים ראש ישיבה, מיט די חתן העילוי והמצוין אברהם יצחק גלוזמאן ני"ו ממופלגי תלמידי ישיבה פני מנחם.


צומארגנס זונטאג  פארטאגס איז דער ראש ישיבה ארויף צום ציון הק' אין חצר פון ישיבת שפת אמת אינאיינעם מיט די ברודער, הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א, הרה"צ רבי יצחק דוד שליט"א, און הרה"צ ר' דניאל שליט"א ראש ישיבה קטנה פני מנחם, ווי די ברודער האבן אינאיינעם געזאגט קדיש.


דערנאך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען לבית מדרשו אויף די יוסף זיו גאס, און יורד געוועהן לפני התיבה צו שחרית, נאכן דאווענען האט מען פארגעלערנט משניות כנהוג.


היי יאהר ווען דער יארצייט איז אויסגעקומען אום פורים המשולש אין ירושלים איז דער טיש לכבודו של יום פארגעקומען אן מוזיק, ווען בשעתן משתה היין האט דער ראש הישיבה בין השיחים אסאך ארומגעשמועסט פון אביו הגדול דער בעל ההילולא, און מרחיב געווען בדרכו ומורשתו אשר הנחיל לדורות.


אזוי אויך האט מען זיך אין אלע בתי מדרשים דקהילת פני מנחם צוזאמגענומען אויף סעודות הילולא און מסיבות מרעים עוסק זיין במשנתו הטהורה און מעלה זיין זכרו הבהיר של אותו צדיק די בעל ההילולא.




Comentarios


bottom of page