top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק

דינסטאג פ' צו • י' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN

 

א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן אין די ראחמיסטריווקא הויף, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, נדבת הרב החסיד ר' יוחנן צעהנווירטה הי"ו מפארי חסידי ראחמיסטריווקא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט מפאר געוועהן די גאנצע מעמד מרישא ועד גמירא אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פונעם נדבן, וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און האט ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום תהלוכה ברחובה של עיר, בתופים ובמחולות.


אנקומענדיג אין ביהמ"ד הגדול האט מען ממשיך געוועהן די ריקודין ביתר שאת ועוז בפרט ווען דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די הקפות באש קודש, און איז געטאנצן מיטן נדבן הספר תורה. נאך די ריקודי האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און אריינגעפירט דעם ספר תורה להיכל ה'.







































Comments


bottom of page