top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביי שבת הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל בצל בנו האד' מדושינסקיא

דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN

 

דעם שבת קודש כ"ב אדר איז געווארן אפגעצייכנט די צוויי און צוואנציגסטע יארצייט טאג זינט דאס יהדות הצרופה בארה"ק האט פארלוירן דעם מנהיג העדה מרן הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה און מלחמות לה' בעמלק.


די הילולא קדישא איז אפגעצייכנט געווארן מיט רגשי קודש פון כיסופין און געגועים דורך אלפי תלמידיו בראשות בנו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, בבית מדרשו של רבי אין עיה"ק ירושלים.


פרייטאג ערב שבת קודש נאך שחרית איז די רבי שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון הקדוש בראש מקהלות החסידים, און הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות אויפן בית החיים נעבן דעם אור אלטן "שערי צדק" שפיטאל אין ירושלים, די רבי האט פארגעזאגט די מזמורי תהילים כנהוג און געזאגט קדיש, דערנאך האט די רבי פארגעלערנט א שיעור אין ספר 'תורת מהרי"ם' מתורתו פונעם בעל ההילולא, און בתוך דבריו דערמאנט די מגבית וואס קומט פאר אין די טעג לטובת די ישיבה הק' מהרי"ם דושינסקיא אין שטאט בית שמש, דערנאך האט די רבי געזאגט קדיש דרבנן, און זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש אויסצובעטן ישועות פארן כלל און דער פרט.


דעם  שבתא דריגלא בעיצומו של יום ההילולא האבן הונדערטער חסידי דושינסקיא פון איבער גאנץ ארץ ישראל מיטגעהאלטן בצל רבם ומאורם כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אין ירושלים עיה"ק, ערב שבת האט די רבי איבערגעגעבן די וועכעטליכע שיעור פאר די תלמידי הישיבה גדולה אין ספר הק' 'תורת מהרי"ם' לרגל די הילולא קדישא. ליל שבת קודש האט די רבי געדאווענט פארן עמוד קבלת שבת און מעריב, און נאכן דאווענען האט זיך די רבי צוגעזעצט צום הכלה שיעור פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שמואל ראש ישיבת דושינסקיא.


צום באשטימטן צייט איז דער רבי ערשינען צום עריכת השולחן הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם, ביים טיש האט די רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא, און מען האט געזינגען די פילע זמירות שבת מבי מדרשו של רבי, מען האט פארענדיגט דעם טיש קרוב צו צוויי אזייגער אויפדערנאכט.


בצפרא דשבתא האבן די תלמידי הישיבות - אנדערש ווי יעדע וואך - מיטגעדאוונט שחרית אינעם רבינס מנין אין ביהמ"ד הגדול, די רבי האט געדאוונט פארן עמוד פסוקי דזמרה און שחרית. ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געווען מפטיר און דערויף יורד געווען לפני התיבה צו מוסף.


בעת רעווא דרעווין האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער חבר ביד"ץ העדה החרדית וועם דער רבי האט מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט דברי תורה ויראה לכבוד ההילולא, דערנאך האט די רבי משמיע געווען מדברות קדשו באגלייט מיט דברי חיזוק והדרכה במשנתו הטהורה של בעל ההילולא.


Comments


bottom of page