דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | קול בחצרות
מטעם בית כ''ק האדמו''ר מפאלטישאן שליט''א איז געמאלדן געווארן אז דער אפעראציע ביים רבי'ן שליט''א איז ברוך השם דורך מיט הצלחה, אין דאקטוירים זענען צופרידן פון די רעזולטאטן. די רבי שליט''א וועט פארבלייבן אין שפיטאל אין פילידעלפיע די קומענדיגער וואך אונטער די אויפזיכט פון דאקטוירים ביז צו זיין ערהוילונג בס''ד.
נעכטן זינטאג ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול זענען זיך פילע אידן צוזאמגעקומען ביים עצרת תפילה והתעוררות אין פאלטישאן''ער ביהמ''ד אין בארא פארק מתפלל זיין און איינרייסן וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט''א אז דער גורל'דיגער אפעראציע זאל דוככגיין בשלום. איידער תפילת מנחה אין יום כיפור קטן האט אויפגעטרעטן המשפיע הרה''ג רבי אהרן וויינבערג שליט''א, וועלכער האט אויפגעשטורעמט דעם ציבור צו איינרייסן וועלטן פארן רבי'ן שליט''א וואס רבים צריכים לו, דערנאך האט מען אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים אין תמניא אפי, אלס שליח ציבור האט געדינט דעם רבינ'ס איידעם הרה''צ רבי שלמה זלמן הורוויץ.
דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גנעצליכע רפואה פון מרן שלום מאיר בן צירל בתוך שאר חולי ישראל.
Comments