top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ישועה ורחמים: נגידי בעלזא אונטער'ן רושם פון נסיעה קיין "ליזענסק" בראשות הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא

דינסטאג פ' פקודי • כ''ה אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

 

הונדערטער בעלזער נגידים ותומכים 'נושאי הממלכה' תומכי מרכז מוסדות בעלזא זענען נאך אונטער'ן טיפן רושם פון די אייגנארטיגע מסע הקודש צו די מקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בשליחות הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


ווי ברייט באריכטעט, איז אונטערגענומען געווארן די דאזיגע נסיעה ארויסצייגן דעם אות הוקרה והערכה פאר די נושאי הממלכה, די גדולי התומכים פונעם מרכז מוסדות בעלזא בארה"ק, וועלכע טוהן ביישטיין סכומים אדירים לטובת די הייליגע מוסדות.


אין די זעלבע צייט האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אינאיינעם מיט די בני משפחת המלוכה און בתו הכלה, אויסגענוצט די געלעגנהייט מעתיר צו זיין לדבר ישועה ורחמים און מעורר זיין זכות אבות הקדושים אשר בארץ המה, לקראת די גרויסע חתונה וואס קומט פאר די קומעדיגע חודש סיון הבעל"ט, אין לויף פון די ימי הנסיעה האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, פוקד געווען די ציונים הקדושים אין צאנז, שינאווא, לאנצהוט, און ראפשיץ.


די געהויבענע בליץ נסיעה איז געלאזט געווארן אין גאנג דעם פארלאפענעם זונטאג פארטאגס, ווען הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ארה"ק בראש הפמליא אונטערוועגנס קיין ריישא אין פולין ווי מען האט געלאנדעט מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.


פון ריישא איז מען געפארן צום הייליגן שטאט ליזענסק, באתרא קדישא הדין, שטייענדיג אין די דריי טעג פונעם הילולא קדישא פון רבן של ישראל די הייליגע רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, מיט א חרדת קודש האט מען אריינגעטראטן אינעם הייליגן שטאט וואס האט אין די לעצטע טעג געווילבערט מיט רבבות אלפי ישראל מכל קצוות תבל וואס האבן זיך דארט שופך שיח געווען און איבערגעלאזט זייער פעקלעך.


נאך אן הכנה דרבה און א רייכע פרישטיג צוגעשטעלט דורך הכנסת אורחים אין ליזענסק וואס שטייט בראשות דעם איש החסד הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי און נאך א רייע ווארימע דרשות כהכנה דרבה פון ר' שמחה הי"ו, און פונעם פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי יהושע פינק דומ"ץ בעלזא בני ברק, איז דער גאנצער ציבור ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.


נאכן זאגן די תפילה קודם התפילה, האט הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי פארגעזאגט תהלים ספר רביעי און חמישי, בעת עס האט געהערט א אומבאשרייבליכע התעוררות ממשיך צו זיין ישועות ורפואות און השפעות טובות, איבערהויפט פאר די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לאריכות ימים ושנים בטוב ובנעימים.


נאך די געהויבענע מעמד התפילה איז מען ארויסגעפארן צו די הויעכע קארפאטן בערג אין זאקאפאנא פולין ווי עס איז דארט במרומי הרים וגבעות אפגעראכטן געווארן די צענטראלע מסיבת הוקרה, אפצוגעבן א שבח על העבר אויף די בליענדע הצלחה פון די הייליגע אימפעריע פון מרכז מוסדות בעלזא, און זיך ווייטער מחזק זיין ממשיך צו זיין להרמת קרן התורה, לעשות רצון צדיק פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א.


א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן כיד המלך, און עס האבן מהנה געווען בפרקי שיר בארימטע בעלי מנגנים, צום הויכפונקט האט מען אויגפענימען הרה"צ ר' אהרן מרדכי, וועלכער האט מפאר געווען בראש המסובין, גאר רייכע דרשות האט מען געהערט פון הרה"ג רבי יהושע פינק דומ"ץ בעלזא בני ברק, הרה"ג ר' אלי' ווענטנשטיין דומ"ץ בעלזא אין גבעת זאב און הרב יוסף מאיר הורוויץ מראשי המרכז וועלכער האט אנגעווארעמט די הערצער.


דערנאך האט רבי אהרן מרדכי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התחזקות ארויסברענגענדיג זיין געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אלע חשובע תומכים און עסקנים, וואס שטיין לימין המוסדות זאל קענען שטיין מיט א קרן בסיס למענינו ולמען עתיד דורותינו.


במשך די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א באזונדערע געלט אקציע לטובת די הונדערטער כולל יונגעלייט חסידי בעלזא בארה"ק וואס זענען אנגעוואנדן אויף שטיצע נאך וואס די ארטיגע רעגירונג האט געשניטן די געלט שטיצע פאר די כולל יונגעללייט וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער, ווי עס איז אויפגעטריבן געווארן די אנסטראנאמישע סומע פון איבער א מיליאן צוויי הונדערט טויזנט שקל לטובת דעם צוועק.


אויפן אויבן אן האבן זיך אויך אנגעזעהן הגה"צ רבי אברהם אליהו וואזנער אב"ד מחשבת הלוי און די ברודער הרה"צ רבי ברוך הלברשטאם און הרה"צ רבי יוסף מאיר הלברשטאם קינדער פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, תומכי המרכז.


ויהי ממחרת זענען די משתתפים ארויס אויף א שפאציר בנאות דשא ווי דארט צווישן די בערג איז אפגעהלטן געווארן א רייכע פאנעל בעניני חינוך ווי מען האט געהערט אינאהלטסרייכע דיבורים פון די בארימטע משפיע הרה"ג ר' יהושע פינק דומ"ץ בעלזא בני ברק, און פון המשפיע הרה"ג ר' חיים משה זארגער מנהל רוחני ישיבה גדולה 'שערי דוד' פרעמישלאן.


אין די מיטאג שעה'ן האט מען ממשיך געווען קיין קראקא ווי מען האט מתפלל געווען ביי די ציונים פון די גדולי הדורות שרפי מעלה, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די געהויבענע מסע הקודש ווען די משתתפי הנסיעה האבן אפגערייזט אויפן וועג אהיים אנגעפילט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.





Comments


bottom of page