top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת הבורות פאר מקוה טהרה אין נייע סאטמארע ביהמ"ד בשכונת בלומינגראוו אין שפיץ פון האד' מסאטמאר

מיטוואך פ' פינחס - ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מופיע געווען בהדרו אין שטאט קרית יואל, ווי די רבי האט באשיינט די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקווה טהרה בבנין בית המדרש המפואר אויף מעריוואלד גאס בשכונת בלומינגראוו, ווי די רבי האט געגאסן די יסודות פאר די נייע מקווה.


דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן מעמד ההכתרה פאר הרה"ג ר' שמואל לייטנער שליט"א לכהן פאר אלס דומ"ץ הביהמ"ד, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעט איבער די כח ההתמנות, כדאי היא מינוי הדיינים הכשרים אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם, און שטארק משבח געוועהן די חשובע נדבן המקווה הנגיד ר' אברהם בער יאקאבאוויטש סגן ראש הקהל, וועלכע האט שוין אויף זיין קאנטע אזויפיל בנינים אדירים פאר די מוסדות אין בתי מדרשים איבער די וועלט ועוד ידיו נטויה, אויך האבן אויפגעטרויטן מיט ווארימע דיבורים דעם רבינ'ס זוהן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים און די נייע דיין הרה"ג ר' שמואל לייטנער. דערנאך איז די רבי אריבער צו די נייע דירה פון הרה"ח ר' אברהם שלמה האלפערט חבר הנהלת ביהמ"ד בית יעקב ומגדולי עסקני הקהילה אין די בלומינגגראוו געגענט, לכבוד דעם קביעות מזוזה און חנוכת הבית פון זיין נייע דירה. עס זענען אויך געוועהן אנוועזענד דער דומ"ץ הביהמ"ד הרה''ג רבי מנחם נתנאל יונגרייז שליט"א, און עטליכע פון די חברי הנהלת הקהילה.

פון דארט איז די רבי אריבער צום שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט''א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א צאל חשובע נדיבים בעם וועלכע האבן געשנאדערט סכומים הגונים לטובת די נייע בניני המוסדות. די רבי האט גענימען קווילטעך אין איז דערנאך אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' ישראל גאלדבערגער מגדולי תומכי המוסדות ווי די רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים אין ארומגערעט איבער די געוואלדיגע ניסים ביי די עקסידענט מיט די רבי'ס קינדער דער וואך, שפעטער באנאכט האט די רבי געדאווענט מעריב אין שטוב פונעם ראש הקהל הרבני הנגיד ר' מענדיל שווימער.


נאך מעריב איז די רבי אנגעקומען צו די זאלן פון עטרת מייזעלס צום תנאים פונעם הויז בחור החתן יעקב עפשטיין ווי די רבי האט געליינט די תנאים אין ווארעם אנגעוואונשטן די חתן אין מחותנים. פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן אויפן וועג צוריק לביתו נאווה קודש אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק.















Comentários


bottom of page