top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר ביי ערהאבענע מעמד סיום כתיבת ספר תורה בבית הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארלאפאנעם ערב שבת (תרומה) איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו בגלילות קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן בעצם יום השב"ק צום ביהמ"ד אהל בתי' אין קרית יואל


נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט דער רבי אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען דער נדיב ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו פארענדיגן די לעצטע אותיות, דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און דערביי האט ר' יחזקאל דוד הי"ו געגעבן פארן רבי'ן שליט"א דעם נייעם ספר כתבי יואל פון די כתבים פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע וואס ער האט איבערגעדרוקט לכבוד די שמחת הבר מצוה פון בנו הבחור הבר מצוה, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן אלע בעלי השמחה.


דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה פאר א לענגערע וויילע באש קודש, מיט גלילה איז מכובד געווארן דער בר מצוה בחור, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך מכבד געווען דער נדיב הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו טאנצן מיטן ספר תורה.





Comments


bottom of page