top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

והעיר אנטווערפן צהלה ושמחה: אלופי אלפי ישראל לעבן מיט הייליגע שעות של שמחה ביי היסטארישע פשעווארסקער חתונה

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרדיט: אחים לענטשעווסקי

 

מיט אומבאשרייבליכע שמחה והתרוממות דקדושה האבן א ערשטמאליגע צונויפזאמלונג פון אלופי אלפי ישראל מארבע פינות העולם אין שטאט אנטווערפן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע שעות של שמחת בית צדיקים, ביי די היסטארישע שמחת נישואין פון הכלה היתומה אייניקל פונעם עטרת תפארת ישראל כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


די שטאט אנטווערפן האט מיטגעלעבט אן ערשטמאליגע מחזה אין היסטאריע, ווערנדיג באלאגערט דורך א מאסן צוזאמענפאר פון פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער די וועלט, וואס האבן די זכי' צו זיין מקושר לאילנא דחיי און נהנה זיין מאורו הבהיר פונעם פשעווארסקער רבי'ן, און האבן אצינד מיט פייערליכע רגשי עילאה מיטגעלעבט א לילה שכולו אורה ווען מורם ורבם פירט אונטער בבת עינו, זיין באליבטע אייניקל, נכדתו כבתו אונטער די חופה.


די שמחת החתונה איז אפגעראכטן געווארן אין די גיגאנטישע קאמפלעקס פון "אנטווערפן עקספאו", וואס איז געווארן מוסטערהאפטיג איינגעארדענט פאר אלע חלקי החתונה, צו אקאמאדירן די מקהלות אלפים, מיט באזונדערע זאלן פאר די עזרת נשים.


זייענדיג אינדרויסן פון שטאט, איז געווען צוגעשטעלט א מאסן טראנזיט סיסטעם מיט א פלאטע פון באסעס וואס האט נאכאנאנד קורסירט און געברענגט דעם ציבור האלפים זקנים עם נערים צו די חתונה הגדולה.


צו די באשטימטע צייט איז דער גרויסער זיידע דער רבי שליט"א ערשינען צו די קבלת פנים צוזאמען מיט'ן חתן והשושובינון. צוערשט האט דער רבי מסדר געווען די כתובה וואס ער האט אליינס אפגעשריבן בכתב יד קדשו, און דערנאך מכבד געווען דעם מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א איבערצוקוקן די כתובה.


אלס עדי כתובה זענען נתכבד געווארן הנגיד ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש פון וויליאמסבורג, און הנגיד ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא. דער בדחנא דמלכא הרב מענדל יאקאב איז ארויף אויפ'ן טיש און מעורר געווען זכות אבות מיט די הארציגע חרוזים, שטייענדיג אין די פארכטיגע התעוררות'דיגע מאמענטן ווען די אבות הק' קומען אראפ.


מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רבי שליט"א איז ארויס צום באדעקן מיט'ן חתן און שושבינון. דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די חופה אין חצר פונעם זאל, ווען עס זענען שוין דערביי פארזאמלט טויזנטער אידן וואס מאכן שווארץ דעם ריזן שטח. היות די חופה איז אויפגעשטעלט געווארן אויף א הויכע פלאטפארמע, כדי דער גאנצער ציבור זאל קענען גוט מיטהאלטן, איז דער רבי שליט"א ארויפגעפארן צו די חופה מיט א ספעציעלע עליוועיטאר וואס איז אינסטאלירט געווארן לכבודו פונעם רבי'ן און די אנדערע זיידעס און עלטער זיידעס.


א סקרוך איז ביי יעדן דורכגעלאפן זעענדיג ווי דער רבי שליט"א ערשיינט במלוא הדרו און פירט פערזענליך אונטער דעם חתן אונטער די חופה, שאפנדיג אן אויסטערלישע התעוררות אין די לופט וואס איז אוממעגליך אראפצוגעבן מיט ווערטער. בשעת די ניגוני התעוררות איז דער רבי שליט"א געשטאנען שטארק פאר'דביקות'ט און פארפלאמט.


מ'האט אויסגערופן אז דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א איז מכבד דעם רבי'ן שליט"א מיט סידור קידושין, וחיל ורעדה יאחזון ביים גאנצן ציבור, ווען דער רבי זאגט די ברכה מיט א קול דממה דקה און קול געשטיקט פון טרערן.


מיט עדי קידושין זענען נתכבד געווארן הנגיד החסיד הישיש ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן, און הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער דומ"ץ סקווירא אנטווערפן. כתובה ליינען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, די ברכות ראשונות איז צעטיילט געווארן צווישן די זיידעס, הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטיין פון וויליאמסבורג משב"ק ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, עלטער זיידע פונעם חתן, הגה"צ ר' מרדכי ישעי' יאקאבאוויטש שליט"א מאראד זיידע פונעם חתן, די פעטער כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא שליט"א, הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א, און ברכה אחריתא דער עלטער-זיידע מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א. נאך די חופה האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכותיו הטהורות פאר'ן גאנצן ציבור מיטצונעמען פון די שמחה די השפעות, ישועות ורפואות לכל בית ישראל.


דער רבי שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש, און דער עולם איז אריבער אין זאל זיך וואשן צו די סעודת החתונה, מיט באזונדערע דעזיגנירטע פלעצער פאר די בחורים און יונגעלייט. שפעטער איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען צום זאל, און צוערשט געדאווענט מעריב אין א חדר מיוחד. דערנאך איז דער רבי ערשינען אינעם אולם הגדול לקול תרועת השמחה, דער ציבור איז געכאפט געווארן אין אן עלעקטערזירנדע שטראם פון שמחה דקדושה זייענדיג מקבל פנים דעם ראש בית אב על ראש שמחתו, וינועו אמות הסיפים.


דער רבי שליט"א האט זיך באלד אוועקגעזעצט, און נאך עטליכע מינוט זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, מ'האט אויפגעגעבן די מאכלים, און דער רבי האט טועם געווען און געטיילט שיריים. שפעטער איז דער חתן אריינגעקומען אין זאל, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט מיט אים אין א פייערדיגע טאנץ, און דאן מיט די זיידעס און מחותנים.


דער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים, אונטער א געניטן סיסטעם קאנטראלירט דורך די עסקנים, וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט. במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט אלע רבני ודייני העיר, און דער רבי האט יעדן אויפגענומען בצהלת פניו המאירים.


דער איז רבי ארויס און צוריקגעקומען צום בענטשן. מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א חדב"ן, און די שבע ברכות איז צעטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה מכל הצדדים, ברכה אחריתא דער פעטער הגה"צ אב"ד פשעווארסק לאנדאן שליט"א.


לכבוד די שמחה האבן די תלמידי ישיבת עץ חיים ווילרייק אפגעהאלטן א פרייליכע מארש, און דערנאך האט מען ארויפגעטראגן צום רבי'ן א "מנחת ביכורים" פון טויזנטער שעות רצופות געלערנט לכבוד די שמחה.


דער בדחנא דמלכא הרב מענדל יאקאב האט מיט ווארעמע חרוזים אויפגערופן דעם רבי'ן צו די מצות הריקודין לפני הכלה, און ארויסגעברענגט ווי קהל עדתינו יסמוכו אויפ'ן ברכת צדיק והשפעות רחמים וואס דער רבי וועט אונז אלע משפיע זיין מלעילא, אינעם דאזיגן שעת רחמים ועת רצון ווען די אבות הק' קומען אראפ.


דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לפני הכלה, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים ארצה מיט אן אויסטערלישע התרוממות מיטלעבנדיג די הייליגע מאמענטן ווען דער רבי איז מעריך די עבודת הקודש בכל עוז של שמחה.


דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן, אויף די בעלזע הקפה ניגונים, און דערנאך זיך אוועקגעזעצט, און די משפחת המלוכה זרע ברך ה' טאנצט ארום דעם רבי'ן כשתילי זיתים סביב.


דערנאך האבן ממשיך געווען די איבריגע מצוה-טענץ פון די זיידעס און מחותנים, און דערנאך די חתן-כלה, און די שמחה האט זיך געשלאסן מיט'ן ניגון "אין כאלקינו" כמנהג צאנז, און דער רבי האט זיך מיט א פלאם און ברען צעקלאטש כדרכו בקודש, און דאן אהיימבאגלייט חתן כלה כמנהגו.

























































































































Comments


bottom of page