מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

א ערנסטע עקסידענט האט פאסירט יעצט באנאכט אויפן גארדן סטעיט פארקוועי, נעבן מאנסי ווען א באס וואס האט געפירט עטליכע און דרייסיג סקווירא בחורים פון לעיקוואוד אויפן וועג קיין שיכון סקווירא, האט זיך איבערגעדרייט, פון וואס עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אריינגערעכנט איינער אין א ערנסטן צושטאנד.
די חסידים - מערסטענס בחורים האבן זיך געפינען אויפן גארדן סטעיט פארקוועי ביי עקזיט 172, אויפן וועג צום לעצטן שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא, ווען דער באס האט זיך איבערגעדרייט איז און געפאלן צו די זייט פון די ראוד. הצלה פון עטליכע געגענטער זענען אנגעקומען אויפן סצענע צו באהאנדלען די אינצידענט און ארויסראטעווען די פארכאפטע פאסאדזשירן אינעם באס.
אלע מיטרייזנדע זענען ב"ה ארויסגעראטעוועט געווארן פון די באס, עטליכע זענען אריינגעפריט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן. איין בחור וואס איז איז שווער פארוואונדעט געווארן איז אפגעפירט געווארן אין א קריטישע צושטאנד, די ציבור איז מתפלל לרפואתו נפתלי בן בתי' לרפואה שלימה.
יעצט בעפאר די שמחת השבע ברכות האט מען מודיע גאוועהן די בשורה לא טובה פאר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מען האט מזכיר געוועהן די נעמען פון די בחורים וואס זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און דער רבי איז אין כסדרדיגע פארבינדונג מיט די עסקנים וואס געפינען זיך מיט די בחורים אין די וואלי שפיטאל אין ניו דזשערזי.


Comments