דאנערשטאג פ' דברים - ב' אב תשפ"ג | קול בחצרות
מיט אויסטערלישע התרגשות האבן חסידי באבוב 45 נעכטן אויפגענומען די בליציגע נייעס וואס איז געמאלדן געווארן דורך כ"ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט"א, ביי די פייערדיגע דברות קודש ביים סעודת הילולא רבתי, די בשורה איבער א געפלאנטע מסע קודש קיין פולין, ביי וועלכע דער רבי שליט"א וועט אין חודש אלול ארויספארן מיט א קבוצה פון נדיבים בעם - די בונים ומקימים פונעם בנין ביהמ''ד הגדול והחדש, אויף א צוויי טאגיגע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין פולין גאליציע, מתפלל צו זיין ביי די קברי אבות אין זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר און א שנת גאולה וישועה.
די בוי ארבעט ביים בית המדרש החדש האלט אצינד ביי א קריטיש וויכטיגע פאזע און עס מוז אומבאדינגט געשאפען ווערן מיליאנען דאלאר כדי צו קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הבני' אן קיין שטער. צו דעם צוועק האט די רבי שליט"א זיך אונטער גענומען די היסטארישע נסיעה כדי אויפצוטרייבען גרויסע געלטער למען בית ד' אלוקינו! נדיבי עם, בעלי יכולת און איבערגעגעבענער חסידים ביי וועמען עס ברענט דער עתיד פונעם ביהמ''ד הגדול, וועלן זיך מיטכאפן מיט די היסטארישע נסיעה צום וויגעלע פון באבובער חסידות, אין מיט זייער העראאישע ביישטייערונג פון לכה"פ $100,000 וועלן זיי פארזיכערן אז די מאסיווע בוי-ארבעט ווערט נישט איבערגעריסן בעז"ה.
די רבי שליט''א האט געבראכן די נייעס סוף פון די דברות קודש ווי די רבי ארומגערעדט איבער די שטארקע פארשריט וואס מען זעהט ביי די עבודת הבניה פונעם נייעם מרכז העולמי זאגענדיג דערביי אז דאס איז אלץ בזכותו פונעם גרויסן זיידן דער בעל הילולא וואס העלפט צו משמי מעל אז דער ביהמ''ד זאל זיך בויען כדי צו קענען דארט ווייטער ממשיך זיין זיין הייליגע דרך און מסורה. די רבי האט שטארק אויסגערימט די נגידים און פילאנטראפן וועלכע האבן שוין בייגעשטייערט שווערע מיליאנען לטובת דעם פריאעקט, אין אז די יעצטיגע נסיעה וועט זיין געווידמעט פאר די בעל בתים און ארעבטס אידן וואס האבן זיך אנגעשטרעגנט יותר מכפי יכולתם אין זיך געלאזט קאסטן פון הונדערט טויזענט דאללער און העכער. די עסקנים ארבעטן אין די יעצטיגע אויסצוארבעטן די פרטים און דעטאלן פון דעם מסע הקודש וואס אנטשפרעכט צו זיין איין לאנגע קייט פון קדושה און התעוררות.
אין די זעלבדע צייט זעצט טאקע פאר די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ''ד מיטן פולסטן אימפעט ווי אין די לעצטערע טעג האט מען שוין אויפגעשטעלט די שטאלענע ביעמס אזוי הויעך ווי גאנצע דריי שטאק העכער די ערד וואס דאס איז פינף שטאק פונעם בנין, און מען האט שוין גענצליך געענדיגט אויסלייגן דעם ריזיגן רצפת ההיכל, דעם ארט ווי עס וועלן ווערן אפגעראכטן די הייליגע תפילות און גרעסערע מעמדים בחצר הקודש. דאס קומט נאך וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות צו שאפן די שווערע מיליאנען דאלארן וואס עס פאדערט זיך פאר דעם צוועק און די ארבייטער ארבעטן אן אויפהער רונדע דעם זייגער, יומם ולילה לא ישבותו.
Komentar