top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף סיגעט אונטערגענימען יערליכע מסע הקודש צום שטאט בישטינא אין די ניין טעג

זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: מ. א. נוימן


דעם פארלאפענעם דאנערשטאג האט זיך כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א צוריק געקערט פונעם געהויבענעם מסע הקודש 'בדרכי אבות' צו די קברי הצדיקים אין אייראפע, א נסיעה וואס די רבי טוט יערליך אונטערנעמען פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת תל תלפיות פון זקנו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע אין שטאט בישטינא אין אוקריינא המסוגל לישועות בפרט אין די ניין טעג כידוע.


דינסטאג אין די נאכמיטאג שעות האט די רבי געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין בודאפעסט, ווי מען האט זיך צוזאמגעטראפן מיט די שיירות פון ארץ ישראל, אמעריקא אין אייראפע וועלכע זענען האבן מיטגעהאלטן דעם מסע המרומם.


מען האט זיך תיכף ארויסגעלאזט קיין איהעל ווי מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי''ע שטייענדיג אין די טעג ארום די יארצייט, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים די רבי האט פארגעזאגט שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק נאכגעפאלגט מיט ניגוני התעוררות.


אויפדערנאכט איז מען אנגעקומען קיין קערעסטיר ווי מען האט פוקד געווען ציון קדשו פון הרה"ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע, אין נאכן זאגן די פרקי תהילים בהתעוררות רב האט מען געזינגען ניגוני גאולה און די חסידים זענען דורך מיט קוויטלעך א לענגערע צייט להפקד בדבר ישועה ורחמים.


דערנאך האט מען געדאווענט מעריב אינעם בית המדרש פון רבי ישעי'לעס גאסט הויז און דאן זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די מעמד סיום מסכת מועד קטן וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פונעם מסגרת 'עמוד היומי' אין די קהילה, די רבי האט געמאכט די סיום, און עס האט אויפגעטראטן מיט ווערטער הרה"ג ר' ישעי' שלאמאוויטש בעל אכסניא פונעם רבי'ן אין אנטווערפן, דאן האט די רבי משמיע געווען מדברות קדשו און מרחיב געווען בדיבורו איבער די גרויסקייט פון זיך משתטח זיין על קברי הצדיקים און אנגעוונטשן מ'זאל האבן געפועלט אלס גוט, פארן בענטשן האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' משה יוסף פרינדענדלער פון רבי ישעי'לעס גאסט הויז וועלכע האט פארקויפט דער זכות פון ברכת המזון לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א.


צומארגנס מיטוואך צופרי האט מען געדאווענט שחרית אין קערעסטיר, די רבי האט געדאווענט הלל פארן עמוד און עולה געווען רביעי און גומל געבענטשט, אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאווה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע. נאכמיטאג האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן לאנגען וועג קיין בישטינא אין אוקראיינע, מען איז אנגעקומען לעת ערב, און מען האט געדאוונט מנחה, דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענער מעמד התפילה ביים ציון המצוינת, מען האט געזאגט תהילים און די רבי האט פארגעזאגט עטליכע פרקי תהילים פסוק בפסוק מיט גרויס השתפכות הנפש, מען האט געזינגען די ניגון פונעם הייליגן רבי ר' מרדכי'לע און די ציבור איז דורך ביים רבי'ן מיט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט להוושע בכל מילי דמיטב, פון דארטך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט אין בודאפעסט אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש.

































Comentarios


bottom of page