top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דאפעלטע פרייד אין סאטמאר צו הרחבת גבולי הקדושה בתוככי קהל יטב לב אין מוסדות סאטמאר אין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט התרגשות האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענימען די פריידיגע אין דאפעלטע "הרחבת גבולי הקדושה" נייעס בתוככי מוסדות סאטמאר אין וויליאמסבורג אין 'קהל יטב לב', דער ערשטע פראיעקט אונטערגענימען דורך די הנהלת הישיבה וועלכע האט בשעטו"מ ובברכת קדשו פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א (מהרי''י) געשלאסן א צען מיליאן-דאלערדיגער קלאוזינג אויף א ריזיגן באדן פון ארום צוועלעף טויזנט סקווער פוס אויף 533 פארק עוועניו אין הארץ פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, דער בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פארן געברויך פונעם תלמוד תורה וועט פארקערפערן א ריכטיגער בית גדול שיגדלו בו תורה ויראה אין מרחיב זיין די גבולי הקדושה פונעם גרעסטן פארצווייגטן היימישן חינוך נעץ אין ניו יארק, מיט אירע קרוב צו 12 טויזנט תלמידים ותלמידות בליעה"ר כן ירבו.


לויטן פלאן וועט אויף דעם ריזיגן שטח ווערן ארויפגעצויגן א גיגאנטישער תלמוד תורה פעסטונג פון קרוב צו זיבעציג טויזנט סקווער פוס, צו קענען אקאמאדירן דעם ערווארטעטן פארגעזענעם וואוקס בליעה"ר אין די תלמוד תורה, וואו עס קומען צו יאר יערליך פרישע הונדערטער יונגלעך בליעה"ר. דער פרישער שטח וועט אנגעשלאסן ווערן אלס נאך א רינגעלע אינעם נעץ פון צוויי צענדליגער בנינים אדירים און פעסטונגען לטובת חינוך הבנים והבנות שע"י ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר.


דער צווייטער מולטי-מיליאן דאללער'דיע פראיעקט איז צושטאנד געקומען נעכטן דינסטאג בהורמנותא דמלכא פונעם סאטמאר רבי'ן שליט''א דורך הנהלת קהל יטב לב, נעמליך דער "קלאוזינג" אויף א ריזן שטח בטיבורה פון שטאט וויליאמסבורג אויף דעם צענטראלן פלאשינג עוועניו!! וואו ס'וועט בעז"ה ווערן אויפגעבויט בקרוב דער פרעכטיגער בנין אדיר בית המדרש החדש דקהל יטב לב, אין הארץ און צענטער פון שפרודלדיגן אלט-ניי-וויליאמסבורג, זייענדיג פון די גרעסטע צענטער-פונקטן אין שטאט, וועלכע נעמט צוזאם טויזנטער משפחות חסידי סאטמאר פון די גבולות פון אלט און ניי וויליאמסבורג!







Comentarios


bottom of page